לדלג לתוכן

מויסיי פישביין

פֿון װיקיפּעדיע
מויסיי פישביין
קיין פריי בילד
געבורט 1 דעצעמבער 1946
טשערנאוויץ, סאוועטן פארבאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 26 מאי 2020 (אלט 73) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה אוקראינע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
mosesfishbein.blogspot.com
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

מויסיי (משה) פישביין (אוקראַיִניש: Мойсей Абрамович Фі́шбейн /מויסיי אבראמאוויטש פֿישביין/; געבוירן דעם 1טן דעצעמבער 1946 אין טשערנאָוויץ) איז איינער פון די גרעסטע הײַנטצײַטיקע אוקראַיִנישע דיכטער, אַ ייִד לויט דער אָפּשטאַמונג.

מויסיי פישביין האָט פאַרענדיקט אין 1976 דעם פילאָלאָגישן פאַקולטעט פונעם קיִעווער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט. אַלס דיכטער האָט ער דעביוטירט אין דעצעמבער 1970 מיט אַ ליד אינעם קיִעווער זשורנאַל "וויטשיזנאַ" («Вітчизна»). אין 1974 איז אין קיִעוו דערשינען מויסיי פישביינס ערשטע לידער-זאַמלונג «Ямбове коло» ("יאַמבען-קרײַז").

אין 1979 איז דער דיכטער עולה געווען קיין ישראל. אין 1982 האָט מויסיי פישביין זיך אַריבערגעצויגן קיין דײַטשלאַנד, וווּ ער האָט במשך פון אַ סך יאָרן געאַרבעט אין דער אוקראַיִנישער און אין דער רוסישער רעדאַקציע פון דער ראַדיִאָ-סטאַנציע "פרײַהייט". אין 1984 איז אין ניו-יאָרק דערשינען זײַן צווייטע לידער-זאַמלונג «Збірка без назви» ("זאַמלונג אָן אַ נאָמען"). דאָס בוך האָט אין זיך אײַנגעשלאָסן באַנאַנד מיט מויסיי פישביינס אָריגינעלע לידער אויך זײַנע איבערזעצונגען פון אַנדערע שפּראַכן, בתוכם פון העברעיִש (רבי יהודה הלוי און חיים נחמן ביאַליק) און פון ייִדיש (מאיר חרץ). אין 2003 האָט מויסיי פישביין זיך אומגעקערט קיין אוקראַיִנע, וועלכע איז צו יענער צײַט געוואָרן אומאָפּהענגיק, און זיך באַזעצט אין קיִעוו. דאָרט וווינט ער ביז איצט.

  • Ямбове коло, Київ, 1974
  • Збірка без назви, Нью-Йорк, 1984
  • Дивний сад, Київ, 1991
  • Апокриф, Київ, 1996
  • Розпорошені тіні, Львів, 2001
  • Аферизми, Київ, 2003
  • Ранній рай, Київ, 2006