לדלג לתוכן

אוקראיניש

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון אוקראַיִניש)

אוקראַיִניש (українська мова - אוקראַייִנסקאַ מאָוואַ) איז א סלאווישע שפּראך וואָס געהערט צו דער פאמיליע פון מזרח-סלאווישע שפּראכן. אוקראיניש איז די אָפיציעלע שפראך אין אוקראינע. אירע נאָענטע קרובים זײַנען רוסיש און בעלארוסיש. איבער דער וועלט זײַנען דאָ אומגעפער פופציק מיליאָן רעדער פון אוקראיניש.

כאטש אוקראיניש איז די איינציגע אפיציעלע שפראך אין אוקראינע, רעדן א גרויסע טייל פון די היגע איינוואוינער נאר רוסיש. צוליב דער נאענטקייט פון די שפראכן (אן אוקראיניש רעדער קען אין מערסטע פאלן פארשטיין רוסיש), און צוליב די רוסישע געוועלטיקונג איבער אוקראינע, איז עס גאר זעלטן אז איינער זאל רעדן ריין-אוקראיניש נאר געמישט מיט רוסיש. אסאך אוקראינער רעדן א שפראך וואס הייסט "סורזשיק" וואס אין עסענץ איז א געמישאכץ פון רוסיש מיט אוקראיניש.

די אוקראינישע שפראך זעלבסט איז צוטיילט אין צוויי סארטן שפראך, עס איז דא די צענטראלע אוקראינישע שפראך וואס איז מער מזרח אוקראינע געשטימט דאס רעדן די וואס זענען נאנט צו רוסלאנד ווי די גרויסע שטעט כארקאוו און כמיעלניציקי. דערנאך איז דא די גאליציאנער-אוקראינישע שפארך וואס ענדלט מער צו פויליש.


סלאווישע שפראכן 
אסט-סלאוויש: אוקראיניש | בעלארוסיש | רוסיניש | רוסיש
וועסט-סלאוויש: טשעכיש | כנעניש (יידיש-טשעכיש) | סארביש: אויבער סארביש, אונטער סארביש | סלאוואקיש | פויליש | קאשוביש | שלעזיש
דרום-סלאוויש: בולגאריש | מאקעדאניש | סלאוועניש | סערבא-קראָאַטיש: באסניש, סערביש, קראָאַטיש, מאנטענעגריניש
אַנדערע: אלט קירכע סלאוואניש | אינטערסלאוויש
Wikipedia
Wikipedia
וויקיפּעדיע אויף אוקראיניש