מאריאטשי

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
מאריאטשי טרופע אין גוואדאלאחארא, (מעקסיקע)

מאַריאַטשי (שפאניש: Mariachi) איז א מוזיק זשאנער וואס שטאמט פון כאליסקא פראווינץ אין במערב מעקסיקא. מוזיק פון דער זשאנער שליסט איין סטרונע אינסטרומענטן און איז באאיינפלוסט פון דער היסטארישער און קולטורערלער אנטוויקלונג פון מערב מעקסיקע. דורכאויס דער היסטאריע פון מאריאטשי, האבן מוזיקאנטן עקספערימענטירט מיט בלאז אינסטרומענטן און שלאג-אינסטרומענטן. דערצו האבן סאציא־היסטארישע פֿאקטארן געהאט א השפעה אויפן רעפערטואר פון דער מוזיק און אויך אויף דער עוואלוציע פון דער קליידונג.


א מאריאטשי טרופע איז נארמאל צוזאמענגעשטעלט פון פידלען, טרומייטן, קלאסישן גיטאר, וויאלע און א באס גיטאר. די שפילער זענען אלע אנגעטון גלייך מיט זילבערנע קליידער, א טשארא (רייטהויזן) און ברייטע קאפעליטשן.