בלאז אינסטרומענטן

פֿון װיקיפּעדיע
בלאז אינסטרומענטן

א בלאז אינסטרומענט איז א כלי זמר, וואס מ'נוצט מיטן מויל. און דער לופט-דרוק גיט ארויס דעם קול, און ווערן באוואויגן דורך די קנעפלעך וואס דער שפילער דרוקט.

יעדע מוזיק אינסטרומענט האט אן אנדערן פארעם, וואס מאנעוורירט אז דאס קול זאל זיין אנדערש, דינער אדער דיקער, פלאך אדער געדיכט, שארף צי ברייט, און אזוי ווייטער:

פון די אממערסטן באקאנטע ווינט כלי זמר זענען:

  1. קלארינעט
  2. טרומייט
  3. טראמבאן
  4. פרענטש הארן
  5. פלייט
  6. סאקסאפאן

דעם שופר וואס מען בלאזט דערמיט ראש השנה, איז אויך א ווינט אינסטרומענט, כאטש גאנץ פרימיטיוו.

ארקעסטערס קאפעלעס
הויפט קאפעלעס סטרונע אינסטרומענטן בלאז אינסטרומענטן שלאג אינסטרומענטן
אונטער קאפעלעס בויגן אינסטרומענטן כלי פריטה האלץ בלאז-אינסטרומענטן כלי נשיפה ממתכת