מארדזש סימפסאן

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

מארדזשארי "מארדזש" סימפסאן (ענגליש: Marjorie "Marge" Simpson) איז א כאראקטער אויפן אנימירטער טעלעוויזיע סעריע "די סימפסאנס". איר שטימע איז געשפילט דורך דזשולי קאוונער. מארדזש איז דער ווייב פון האמער סימפסאן און דער מוטער פון בארט, ליסא און מאגי סימפסאן. זי איז באקאנט פאר אירע זייער הויכער בלויער האר. מארדזש איז געווארן געהייסן נאך, און באזירט אויף, מארגארעט "מארדזש" גראנינג, מאט גראנינג'ס מוטער.