מאנראו (אוואקאדאו)

פֿון װיקיפּעדיע

די מאָנראָו אַוואָקאַדאָו (ענגליש: Monroe Avocado) איז א סארט קאמערציעלער אוואקאדאו וועלכער שטאמט פון דרום פלארידע. די פרוכט וועהגט ארום צוויי פונט ווען עס איז גענצליך ערוואקסן. זיין סעזאן איז פון דעצעמבער ביז יאנואר אין פלארידע. די דרויסנדיגע שאלאכץ ווען עס איז רייף איז גרין, גלאנצעדיג און דיק.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עס איז איינגעפלאנצט געווארן אין פלארידע ארום 1932 און האט ארויסגעגעהבן פרוכט דריי יאהר שפעהטער. אום אוגוסט 24 1937 איז ארויסגענומען געווארן א פאטענט דערויף.

וועב לינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]