מאנגאלישע אימפעריע

פֿון װיקיפּעדיע
פארברייטערן פון דער מאנגאלישער אימפעריע

די מאנגאלישע אימפעריע וואס האט עקזיסטירט אין די 13טן און 14טן יארהונדערטער איז געווען געווען די גרעסטע אימפעריע אין דער געשיכטע פון דער וועלט. זי האט אנגעהויבן אין צענטראלער אזיע און שפעטער האט געצויגן פון דעם ים פון יאפאן אין מזרח ביז מזרח אייראפע אין מערב, און פון סיביר אין צפון ביז דרום-מזרח אזיע, אינדיע און דעם מיטל מזרח אין דרום. די אימפעריע, ביים גרעסטן, האט באדעקט א שטח פון 24 מיליאן ק"מ2 (16% פון דער ערדס יבשה) מיט א באפעלקערונג פון איבער 100 מיליאן מענטשן.

די מאנגאלישע אימפעריע האט אנגעהויבן אין 1206 ווען דזשינגיס כאן האט פאראייניקט די מאנגאלן און די טערקישע שבטים אין דעם ראיאן וואס איז היינט מאנגאליי. די אימפעריע האט געוואקסן גישווינט ווען די מאנגאלן האבן אינוואדירט אלע לענדער וואס זיי האבן געגרענעצט אונטער דער הערשאפט פון זיין אייניקל קובליי כאן. דאס האט געברענגט צו א גרויסן האנדל צוויישן מזרח און מערב.

שפעטער האט די אימפעריע זיך צעשפאלטן אויף פיר קלענערע אימפעריעס. די לעצטע פון זיי האט געדויערט ביז 1368.

רעליגיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די מאנגאלן זענען געווען זייער טאלעראנט צו אלע רעליגיעס. דזשינגיס כאן האט איינגעפירט א געזעץ וואס האט גאראנטירט פרייהייט פון רעליגיע דורכאויס דער אימפעריע. אלע פירער פון רעליגיעס זענען געווען באפרייט פון שטייערן.