מאו גלאזמאן
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
---|---|
פאך | חזנות |
מאָו 'מאָריס' משה גלאַזמאַן (ענגליש: Mo Glazman) איז א חזן, זינגער, מוזיקאנט און קאמפאזיטאר.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ער איז געבוירן און אויפגעוואקסן אין א מוזיקאלישע פאמיליע אין נאווע סקאשע, קאנאדע.
אלס קינד האט איהם זיין טאטע אויסגעלעהרנט שפיהלן אויף א פידל, און ער האט געזינגען אינעם ארטיגן כאר.
זיין דעגרי אין חזנות און מוזיק האט ער באקומען פונעם היברו יוניאן קאלידזש.
ער האלט אצינד אהן דעם פּאָסטן אלס הויפט חזן אין צענטראל סינאגאג אין מאנהעטן צו וועלכע ער איז אפיציעהל אויפגענומען געווארן אום שבת שירה ה'תשע"ה. ער האט געדיענט דארט אלס חזן זינט מארטש 2014, בעפאר דעם איז ער געווען חזן אין די קהילה קול עמי אין ווייט פלעינס, ניו יארק.
ער איז זייער מוזיקאליש געשטימט און קען שפיהלן אויף גיטאר און פידל.
ער איז פון די פראמינענטע פיגורן אין די אלגעמיינע רעפארם קהילה און טרעהט כסדר אויף ביי קאנצערטן און צוזאמענקונפטן. ער איז אבער פיל מעהר פאנאטיש טראדיציאנאל און רעליגיעהז ווי מערסטנס רעפארמער.
ער איז פארהייראט צו זיין ווייב רחל פעלד מיט וועהמען ער האט צוויי זיהן.
שטימע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ער האט א זיסע טענאר וואס איז גאנץ געשמאק אבער נישט אזוי פעסט און קען נישט גיין צו הויעך. ווען ער פאלט איז עס אויך נישט אזוי געשמיהרט.
מוזיק אלבאמען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- די נשמה אום שבת Soul On the Seventh Day
- The March of the Living
ביכער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ער האט געשריבן א ביאגראפיע בוך איבערן חזן יאסעלע ראזענבלאט, ערשינען אין 2005 (96 בלעטער) ארויסגעגעבן דורך די היברו יוניאן קאלעדזש - יודיש אינסטיטוציע פון רעליגיע.