לערי דער קאבל מאן

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון לערי דער קעיבל גיי)
לערי דער קאבל מאן
Larry the Cable Guy
געבורט 17 פעברואר 1963 (אלט 61)
פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
www.larrythecableguy.com
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

דניאל לאָרענס "לערי" וויטני (ענגליש: Daniel Lawrence "Larry" Whitney, ‏17טן פעברואר 1963) איז אן אמעריקאנער סטענד-אפ קאמיקער, אקטיאר, מוזיקאנט און שטימע אקטיאר. ער איז בעסטנס באקאנט מיט זיין טריבונע נאמען און כאראקטער לערי דער קאַבל מאַן (Larry the Cable Guy).

ער איז א מיטגליד פונעם "בלו קאָלאר קאָמעדי טור", וואס איז א גרופע פון קאמיקער. די אנדערע מיטגלידער זענען ביל ענגוואָל, ראָן ווייט און דזשעף פֿאָקסווערטי.

וויטני האט געמאכט זיבן קאמעדיע אלבאמען. דריי פון זיי זענען געראנגקט געווארן אלס "גאלד אלבאמען" דורכן RIAA. ער איז געווען אין דריי "בלו קאָלאר קאָמעדי טור" פילמען. וויטני איז אויך געווען אין די פילמען "לערי דער קאַבל מאַן: געזונט אינטענדאַנט", "דעלטא פֿאַרס" און "וויטלעס פראטעקציע". ער איז זייער באקאנט אלס די שטימע פון מאַטער, דער שלעפּאויטאָ פון די "אויטאָס" פילמען. וויטני'ס מאָטאָ, "!Git-R-Done" איז אויך דער נאמען פון זיין בוך.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]