לעולם אינך יודע

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

לעולם אינך יודע (עהנגליש: You Never Know, יודיש: "איהר ווייסט קיינמאהל נישט") איז א דראמאטישער ביאגראפישער דאקומענטארער פילם וועהגן דעהם קאמפאזיטאר, זינגער און משפיע רבי שלמה קארליבאך, ערשינען אין יאהר 2008 אויף דער ישראלישער טעלעוויזיע קאנאל ערוץ 2.

עס איז צועהרשט געוויזן געווארן ביים פילם פעסטיוואל אין סינעמאטעק ירושלים ענדע 07.

דער טיטל איז מיוסד אויף א מאמר וואס רבי שלמה זאהגט נאהך פונעם בעל שם טוב.

דער פילם גייט נאהך מענטשן חסידים און תלמידים פון רבי שלמה ווי זיי רעדן מיט התרגשות וועהגן עהם און זיין לעהבן און ווי אזוי ער האט געטוישט זייער לעהבן.

עס וועהרט פילמיהרט אין ישראל ביי זיין קבר אויף הר הזיתים און אין די שטעהטל פון זיינע חסידים, ווי אויך אין קרוינהייטס און אין מונקאטשער ביהמ"ד אין בארא פארק, ניו יארק סיטי.

די שפראך איז העברעיאיש און עהנגליש.

דער פילם האט געהאט א גרויסע הצלחה און אין די עהרשטע צוויי מאנאטן זענען איבער פינעף טויזנט מענטשן עס געגאנגען קוקן.

אנגעשטעלטע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]