למען שמך
למען שמך איז א דיקער קונטרס אין לשה"ק און אין יודיש מבאר צו זיין די איסורים אויפן פאבליק סקול, סקול דיסטריקט און טשעפטער וואן אין די פאראייניגטע שטאטן, ארויסגעגעבן דורך וועד שומרי משמרת הקודש אין שפיץ פון אברהם דובער וועבערמאן געדרוקט אין קרית יואל, מאנרא אין יאהר תשנ"ח.
עס האט הסכמות פון קאשויער רב און יודל גרובער.
עס איז צוטיילט אין צוויי חלקים: דער ערשטער חלק באשטייט פון א הקדמה און זיבן מאמרים, א תמצית פונעם ערשטן מאמר אין יודיש און א אחרית דבר. דער צווייטער מאמר איז דבר הלכה וועלכער איז א בירור הלכה פון רבי יודל גרובער וואס אנטהאלט זיבן פרקים, די דריטע מאמר הייסט די אמת'ע פאקטן וועלכער איז געציהלט אפצוענטפערן דעם קונטרס די קלארע פאקטן. דער פערטער מאמר דברי האגרת ווענדט אפ דער דעת תורה בריוו וועלכער איזארויסגעגעבן דורך דריי דיינים פון קהל יטב ד'סאטמאר ישראל חיים מנשה פרידמאן, משה מנחם טירנויער און געציל בערקאוויטש. און אינעם זיבעטן ווערט מבואר דאס ענין פון מרא דאתרא און ווען מ'מעג זיך קריגן אויף איהם.
דער צווייטער חלק באשטייט פון פארשידענע דאקומענטן אין ענגליש איבער געזעצן און פסקים פון געריכטן איבער לערנען רעליגיע אין פאבליק שולעס און נאך. א טייל דאקומענטן ווערן איבערגעטייטשט אויף יודיש.
דער קונטרס פארנעמט בסך הכל פון זיבן הונדערט און פערציג זייטן, אריינגערעכנט דער מפתח.