ליפא שטויבער
מראה
ליפא שטויבער איז א חרדישער הומאריסט, א סאטמארער חסיד, און לאזט זיך רופן 'פעטער ליפא', גייענדיג זייער אסאך משמח זיין חולים ונצרכים. ער איז זייער א געלונגענער פיגור אין דער היימישער געמיינדע.
ער געהערט צו דער סאטמארער שטויבער פאמיליע, וואס זענען אלע אלס הומאריסטן, וואס האבן געדינט אלס פורים שפילער אין די סאטמארער הויפן.
ליפא שטויבער איז דער באקאנטער פיגור, וואס איז געווען דער 'יחצאל' ביים יוסף שפיל וואס איז פארגעשטעלט געווארן אום יאר תשנ"א, אין ברוקלין קאלעדש.