לאס אנדזשעלעס אינטערנאציאנאלע פליפעלד
מראה
33°56′33″N 118°24′29″W / 33.94250°N 118.40806°W לאס אַנדזשעלעס אינטערנאציאנאלע פליפעלד (ענגליש: Los Angeles International Airport, קאד: LAX) איז דאס גרעסטע אינטערנאציאנאלע פליפעלד אין קאליפארניע און אין גאנץ מערב די פאראייניקטע שטאטן. דאס פליפעלד געפינט זיך אין לאס אנדזשעלעס.
דאס פליפעלד באדעקט א שטח פון 14 קוואדראט ק"מ אין דרום־מערב לאס אנדזשעלעס, אויפן ברעג פונעם פאציפישן אקעאן. אין 2011 האט דאס פליפעלד געהאט 61,862,052 פאסאזשירן.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דאס פליפעלד האט געעפנט אין 1930 מיטן "נאמען מיינס פילד"; עס האט באקומען דעם נאמען "לאס אַנדזשעלעס אינטערנאציאנאלע פליפעלד" אין 1949.