כרמל טראגעדיע

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
שוועמל וואָלקן פון רויך (אפגעכאפט געווארן פון קיבוץ האַרדאָף)
א וואָלקן פון רויך איבער די כרמל בערג, חיפֿה
Carmel Fire Highway2 near HaBonim 021210.jpg
Ilyushin76-Carmel Fire04-12-2010-1.jpg

די כרמל טראגעדיע איז א פאסירונג וואס האט זיך אנגעהויבן מיטאג צייט 11 אזייגער 2טן דעצעמבער 2010, כ"ה כסלו תשע"א. די געגנט איז דרום פון חיפה, נאנט צו טירת כרמל, אויפן כרמל בערג, ווי עס געפונען זיך וועלדער, קיבוץ בית אורן געפונט זיך דארט, ווי אויך אוספאיע א שטעטל פון דרוזן, וועלכע איז א טייל פון עיר הכרמל.

א פייער האט אנגעהויבן ברענען מיטאג צייט, עס איז נאך נישט באוויסט גענוי וואס האט גורם געווען צום פייער, לויט אפשאצונגען איז עס פון אן אומלעגאלע מיסט ארט וואס האט מעגליך אויך שעדליכע כעמיקאלן, אדער קינדער וואס האבן גערייכערט א נארגילע, און האבן נישט פארלאשן די קויל ווי עס באדארף צו זיין.

די פייער איז די ערגסטע פייער אין ישראלס היסטאריע, און אמווייניגסטנס 44 מענטשן זענען פארברענט געווארן פון די שריפה. די פייער האט פארניכטעט אלעס אינאיינעם ארום 50,000 דונאם פון וועלדער און ביימער, און געפונט זיך אויף א געגנט גרויס 40 קוואדראט קילאמעטער. קיבוץ בית אורן איז פארלאזט געווארן און איז פארברענט געווארן, מיט נאך אנדערע ערטער, ווי ניר עציון עין הוד, ווי א טייל הייזער זענען פארברענט געווארן. די רעטונגס קרעפטן האבן עוואקואירט אנדערע ערטער אין די אומגעגנט, וואס קענען מעגליך קומען אונטערן געפאר פון די פייער, עטליכע דערפער און אויך טירת כרמל, חיפה אוניווערסיטעט, און א שפיטאל פאר גייסטיק קראנקע זענען עוואקואירט געווארן, די "דאמון טורמע" מיט די ארעסטאנטן זענען אויך אריבערגעפירט געווארן צו אנדערע טורמעס.

די טראגעדיע האט פאסירט ווען די שב"ס (טורמע וועכטער) האט באשלאסן צו עוואקואירן די ארעסטאנטן, אן אויטאבוס וועלכע איז געפארן אין ריכטונג פון טורמע, מיט קאדעטן וועלכע האבן געזאלט ווערן אפיצירן אין די טורמע וועכטער אגענטור, איז פלוצלינג פארכאפט געווארן צווישן די פלאמען און איז פארברענט געווארן, א טייל פון די וועכטער זענען געווען דרוזן. עטליכע פאליציאנטן זענען שווער פארווונדעט געווארן, אריינגערעכנט די פאליציי שעפין פון חיפה דיסטריקט, וועלכע איז שפעטער אומגעקומען פון די בראנד ווונדען.

ביבי נתניהו האט דערקלערט די סיטואציע אלס נאציאנאלע עמערגענץ צושטאנד, און אלע ישראל אגענטורן האבן זיך געשטעלט צו העלפן ברענגען די פייער אונטער קאנטראל, די פאליציי, מד"א, די פייערלעשער און צה"ל. נתניהו האט אויך אפעלירט צו אנדערע לענדער אין די ראיאן, צו העלפן ברענגן די פייער אונטער קאנטראל, וויבאלד ישראל האט נישט די נויטיקע געצייג פאר אזא פייער אויף א גרויסע מאסשטאב, ווי עראפלאנען וואס קענען אויסלעשן א שריפה, גריכנלאנד און ציפערן האבן געמאלדן אז זיי גייען שיקן הילף.

אינטערנאציאנאלע הילף[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אומגעקומענע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אויסער די 36 טורמע וועכטער וועלכע זענען טראגיש פארברענט געווארן אין די פלאמען, צוזאמען מיט די שאפער פון אויטאבוס, זענען עטליכע פייערלעשער, און פאליציאנטן אויך געווען צווישן די אומגעקומענע.

די פאליציי שעפין פון חיפה דיסטריקט אהובה תומר. נאך צוויי פאליציי אפיצירן, איינער דער הויפט טראפיק אפטיילונג פון חיפה דיסטריקט. צוויי פייערלעשער, איינער א יינגל אלט 16 יאר, וועלכע איז געווען א וואלונטיר, און נאך א פייערלעשער.