ישראל פאליציי

פֿון װיקיפּעדיע

די ישראל פאליציי (העברעאיש: משטרת ישראל, אראביש: شرطة إسرائيل‎) איז די ציווילע פאליציי פון ישראל. ענלעך מיט מערסט אנדערע פאליצייס אין דער וועלט, אירע פונקציעס שליסן איין פארברעכן-מלחמה, באַוועגונגס וועלטיקונג, פּובליקום זיכערהייט, און קאנטערטעראריזם.

די ישראל פאליציי הויפטקווארטיר איז באזירט ביים רעגירונג קאָמפּלעקס אין ירושלים. ביי א נויטפאל קען די פאליציי ווערן אַלאַרעמט דורך אָנדרייען 100 פון יעדן טעלעפאן אין ישראל. זינט 2015 איז עס אויך דא א פאליציי אינפארמאציע צענטער מיטן נומער 110.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אפיציעלע וועבזייטל (אויף העברעאיש)