כסלו
כסלו איז דער ניינטער חודש צו דער ציילונג פון די חדשים וועלכע ווערט געציילט פון ניסן[1] (און דער דריטער חודש צו דער ציילונג פון יארן, וועלכע ווערט געציילט פון תשרי[2]).
קביעות - קאלענדאר
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אויך נאכדעם וואס ס'איז באשטימט געווארן דער יידישער קאלענדאר (קביעות החדשים), קען כסלו זיין אמאל א פולער חודש (מלא): א חודש פון דרייסיג טעג, און אמאל א פארקערצטער חודש (חסר), א חודש פון ניין און צוואנציג טעג.[3]
ראש חודש כסלו איז אמאל צוויי טעג: דער דרייסיגסטער טאג פון חשוון, און צומארגענס, דער ערשטער טאג פון כסלו, און אמאל נאָר איין טאג: דער ערשטער טאג פון כסלו. ס'ווענדט זיך וויפיל טעג ס'איז דער פריערדיגער חודש: חשוון.
דער ערשטער טאג פון חודש כסלו קען אויספאלן זעקס טעג פון דער וואך: (א ב ג ד ה ו) זונטיק, מאנטיק, דינסטיק, מיטוואך, דאנערשטיק, פרייטיק.[4]
דער אינהאלט פון חודש
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער צירוף פון חודש כסלו גייט ארויס פון דעם אנפאנג פון די ווערטער (ראשי תיבות) וירא יושב הארץ הכנעני[5] (בראשית נ. יא.).
דער מזל פון כסלו ווערט אנגערופן קשת.[6]
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]געשעענישן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ ר"ה ז' ע"א
- ↑ ר"ה ב' ע"א
- ↑ רמב"ם קידוש החודש פ"ח ה"ו ה"ז
- ↑ או"ח תכ"ח ב'
- ↑ משנת חכמים חשוון כסלו פ"א ס"ג
- ↑ ספר יצירה פ"ה
די יידישע חדשים |
ניסן | אייר | סיון | תמוז | אב | אלול | תשרי | מרחשון | כסלו | טבת | שבט | אדר (אדר א' | אדר ב') |