כאניש וואס צו טון

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

כאניש וואס צו טון איז דער פאפולערסטער ניק אויף דעם חסידישן און סאטמאר געשטימטן וועבזייטל אייוועלט יודישע וועלט פארום'ס אדער ווי ס'ווערט גערופן די היימישע קרעטשמע.

ווער ס'שטייט אינטער דעם ניק איז נישט באקאנט, אבער ער איז דער מערסט נאכגעפאלגטער ניק זינט ער איז דארט אקטיוו.

זומער פון תש"פ איז פארגעקומען א פארמעסט ווער ס'זאל איבערנעמען דעם אמט פון ראש הקהל אויף אייוועלט, און כאטש וואס עס איז למעשה נישט פארגעקומען קיין אפיציעלע וואלן האט אבער כאניש אויפגעטריבן דאס מערסטע שטיצע צווישן אלע אייוועלט ניקס, און ביים סוף האבן אלע ניקס אים אנערקענט אלס ראש הקהל פון אייוועלט.

כאניש איז בעיקר אקטיוו אינעם פארברענגען אפטיילונג פון אייוועלט, אבער ער איז אויך פארנומען צו אויסקלארן געוויסע שטרייטן וועלכע אנטוויקלען זיך פון צייט צו צייט אין אנדערע סאב פארום'ס פון אייוועלט.

אויך האט כאניש ארויסגעגעבן א חיבור אויף בני יששכר אויף חנוכה און דאס ארויפגעשטעלט אויף אייוועלט.

כאניש האט שוין א היפשע פאר מאל איבערגעדרייט אייוועלט מיט זיינע שטיקעס, און ער שטייט בראש פון אלע אקטיוועטעטן פון אייוועלט.