לדלג לתוכן

הייד פארק (וועבזייטל)

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון היידפארק)
דער אויסלײג פֿונעם אַרטיקל איז גרײַזיק. ביטע פֿאַרעכטן!
לאגא

הייד פארק איז געווען א ישראליש וועבזייטל וואו עס זענען געווען פיל שמועס-פארומס אין וועלכע עס האבן געשריבן רעגולערע און נייע באנוצער, וואס יעדער איינער קען זיך עפענען זיין אייגן פארום און שמועסן. מ'האט געקענט ארויפלייגן בילדער און לינקס, - און די חברים האבן געשמועסט און דעבאטירט . עס איז אויך אסאך באניצט געווארן דורך חרדישע אידן.

דאס זייטל איז גערופן געווארן נאך א פארק אין לאנדאן וואס איז באקאנט אלס אן ארט פון עפנטליכע דעבאטעס אויף אקטועלע טעמעס. דער ווירטואלער הייד פארק האט אויך געדינט אלס פארום פאר יעדן מיט אינטערנעט צוטריט אויסצודרוקן זיינע געדאנקן און זיך דינגען מיט דער וואס האלט אנדערש ווי אים.

וויבאלד הייד פארק איז געגרינדעט געווארן פאר העברעאישע רעדנדע, האט עס אויטאמאטיש צוגעצויגן היימישע אידן וועלכע דרוקן זיך בעסער אויס אויף די אידישע שפראך און טייפן פליסיגער אלף בית ווי ענגלישע אלפאבעטן, און במשך די צייט האבן זיך געגרינדעט דארט פארשידענע פארומס פאר די אידיש רעדנדע געמיינדע.

דער גרעסטער חרדישע פארום דארטן איז געווען בחדרי חרדים. כאטשיג דאס איז געעפענט געווארן אין העברעיש און רוב באנוצער שרייבן העבערעיש, איז אבער אויך געווען ענגלישע פארומען, ווי עצור כאן חושבים.

עס איז אויך געווען זייער פאפולער ביים חסידישען קרייז. עס זענען געווען צענדליגע אידיש שפראך פארומען פיל מיט די סאטמער מחלוקת ווי כל העולם כולו אבער אסאך זענען אויך געווען סתם נייעס און וועלטלעכע פאליטיק. אויך איז געווען איבער נגינה.

אויך איז געווען היי טעק איבער פארשידענע אינטערעסאנטע נייע טעכענעלאגישע ערפונדונגען און קאמפיוטער פראגראמען און זייערע פיטשעווקעס. עס איז געווען א ארט פאר פראגראמירערס, טעכניקער, ביזנעס לייט, און סתם קאמפיוטער באנוצער, מען קען דארט פרעגן פראגעס, עצות, און פראבלעמען, ווער עס דארף הילף בנוגע פראגראמירן, טעכניק, און סתם הילף אויפן קאמפיוטער און דעם אינטערנעט, הויפטזעכליך איז דער מדובר אין זאכן וואס קענען העלפן פאר ביזנעס ענינים.

עס איז אויך געווען א פארום פאר זיך ארויסהעלפן איינער דעם צווייטן אין אלע ענינים חוץ פאליטיק, מקומות הקדושים און סתם שפאצירונג.

די גרינדער און מנהלים קענען אויסבלאקירן און אויסקלויבן וועמען זיי לאזן שרייבן און לייענען.