אינטערנעט פארום

פֿון װיקיפּעדיע

פארום אדער אינטערנעט פארום איז א וועב באזירטער אפליקאציע פאר דארטן אפצוהאלטן דיסקוסיעס, שמועסן און פאסטן דארטן באנוצערס אינהאלט, פון זייערע ארבעט, געשרייבאכצער ווי ארגומענטס, אדער הילף, שאלות און עצות אדער סתם פיילס ווי בילדער און ווידעא. א.א.וו.


אינטערנעט פארומס זענען אויכט אין אלגעמיין אנגערופן וועב פארום'ס, מעסעדעזש בארד'ס, דיסקוסיע בארד'ס, (עלעקטאראניק) דיסקאסיע גרופעס, דיסקאסיע גרופעס, בולעטין בארד'ס, א.א.וו.

דער טערמין "פארום" אדער "בארד" קען מיינען די גאנצער קהילה אדער בלויז די דאזיגע אונטער- פארום וואס דינט מיט איין געוויסער טעמע.

די מעסעדזשס געשריבן ווערט אויסגעלייגט און אויסגעפארעמט אדער אין א כראנאקאלישער סדר אדער ווי א לאנגע קייט און פאדעם פון דיסקאסיעס.


א שפירונג פון א ווירטואלער קהילה ווערט אפט אנטוויקלט ארום די דאזיגע פאראום'ס וואס זיי האבן געוויינליך שוין כסדר'דיגע באנוצער.

טעכנעלאגיע, קאמפיוטער שפילן און\אדער ווידעא שפילן, מאדע, רעליגיע און פאליטיק זענען פאפולערע פעלדער פון פארום גענג, אבער עס איז פארהאן פארום'ס פאר א ריזן נומער פון פארשידענארטיקע טעמעס דורכאויס דעם אינטערנעט.

אידישע פארוםס[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]