לדלג לתוכן

ישראל סגל

פֿון װיקיפּעדיע
ישראל סגל
קיין פריי בילד
געבורט 26 מאי 1944
ירושלים, בריטישער מאנדאט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 27 סעפטעמבער 2007 (אלט 63)
הדסה עין כרם שפיטאל, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
לערנארט חורב
יישוב החדש
פאנאוועזשער ישיבה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך זשורנאליסט, טעלעוויזיע־מאדעראטאר, שרייבער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ישראל סגל (גבוירן ד' סיון תש"ד, 26סטן מיי 1944ט"ו תשרי תשס"ח, 27סטן סעפטעמבער 2007) איז געווען א ישראלישער זשורנאליסט, טעלעוויזיע פרעזענטאר און מחבר.

ישראל סגל איז געבוירן געוואָרן אין אַ רעליגיעזער משפּחה אין שערי חסד קוואַרטאַל אין ירושלים צו ר' אשר מרדכי און פעסיל פנינה סג"ל, און האָט אַלס קינד געלערנט אין דער חורב שולע.

אין אָנהייב פון זיין קאַריערע ווי אַ זשורנאַליסט, האָט סגל געאַרבעט אין די זשורנאַלן "העולם הזה" און "בול". אין די יאָרן 1971-1973 האָט ער געדינט ווי אַ רעפּאָרטער פֿאַר דער פּראָגראַם "הײַנטישע ענינים" פֿון קול ישראל. אין 1974 האָט ער זיך אָנגעשלאָסן אין דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע, ערשט ווי אַ רעפּאָרטער אויף געזונט־זאַכן, און דערנאָך ווי אַ רעדאַקטאָר און נײַעס־אַנקער. מיטן אויסברוך פון דער ערשטער לבנון-מלחמה האט ער זיך צוריקגעצויגן און זיך איינגעשריבן אלס פּאָליטישער רעפּאָרטער אין דער וואכנשריפט "תותרא ראשת" וואכנשריפט. אין די יאָרן 1985-1988 האָט ער געדינט ווי אַ שליח פֿאַר "קול ישראל" און דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע אין אייראָפּע. שפעטער איז ער געווען צווישן די פרעזענטירער פון די אקטועלישע פראגראמען "ערב חדד" און "מוסף מוספים" אויף דער דערציאונגס טעלעוויזיע.

ישראל סגל ער האט איבערגעלאזט א פרוי און צװײ קינדער, אורי און נועה.

ישראל סגל איז געווען א ברודער פון רב דן סגל.