ישראל הורוויץ (ווייסליץ)

פֿון װיקיפּעדיע

רבי ישראל הורוויץ זצ"ל ( - ), פון ווייסליץ.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי ישראל איז געבוירן צו זיין פאטער הרב מנחם מענדל הורוויץ (דער ערשטער), רב אין לינסק, א זון פון הרב אברהם חיים הורוויץ, רב אין לינסק, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער מרת פריידא א טאכטער פון הרב מנחם נחום ענגלארד פון פאשאוו.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי ישראל איז געווען א תלמיד מובהק פון דעם צאנזער רב, ער איז געווען פון די געציילטע וואס האבן באקומען היתר הוראה פון זיין רבין דער צאנזער רב.

אויף דעם פארשלאג פון זיין רבין האט מען אויפגענימען רבי ישראל רב אין ווייסליץ.


פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי ישראל האט געהייראט א טאכטער פון הרב משה אבא בעער פון איסטעריק, אן איידעם פון הרב יוסף ברוך עפשטיין פון ניישטאט דער גוטער יוד. זייערע קינדער:

  • מרת שלאמצא, די ווייב פון הרב שם קלינגבערג הי"ד, פון זאלאשיץ און קראקא.
    • הרב מנחם מענדל קלינגבערג פון קראקא
    • מרת הינדא שרה הי"ד.
    • מרת ראדיל הי"ד, די ווייב בזיווג ראשון פון הרב נח יאסקאוויץ.
    • הרב משה קלינגבערג זאלאשיצער רבי אין אנטווערפען.
    • הרב יצחק אייזיק קלינגבערג פון ברוקלין.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • זרעא קדישא