לדלג לתוכן

אר"י הקדוש

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון יצחק לוריא)
אר"י הקדוש
יצחק בן שלמה לוריא אשכנזי
געבורט 1534
ירושלים, Q3934822, אטאמאנישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 25 יולי 1572 (אלט 38 בערך)
צפת, Q3934822, אטאמאנישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה אטאמאנישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט אלטע בית עולם פון צפת רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב, קאבאליסט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
ציון האר"י הקדוש

רבי יצחק לוריא וואס ווערט גערופן האר"י הקדוש רבינו האר"י (אשכנזי רבי יצחק), איז געבוירן געווארן אין ירושלים ארום יאר ה'רצ"ד צו זיין טאטן רבי שלמה לוריא. יונגערהייט איז ער פאריתום'ט געווארן פון זיין טאטן, און ער איז אראפ מיט זיין מאמע קיין מצרים דארט האט זי געהאט א ברודער.

אין יאר ה'של"א איז ער ארויף צוריק קיין ארץ ישראל און האט זיך באזעצט אין דער שטאט צפת, און אנגעהויבן לערנען קבלה מיט תלמידים וואס זיי ווערן גערופן גורי האר"י. דער גרעסטער פון זיינע תלמידים איז געווען רבי חיים וויטאל וואס ער האט אפגעשריבן וואס ער האט געלערנט פון זיין רבי'ן און פון דעם איז געדרוקט געווארן שפעטעריגע יארן די כתבי האר"י.

אום ה' אב ה'של"ב איז ער נפטר געווארן, אין מ'האט אים באגראבן אין דעם בית עולם אין צפת.

לויט דער מסורה פון זיינע תלמידים, ביז דער עלטער פון 36 האט ער געוואוינט ביי זיין פעטער רבי מרדכי פראנסיס וואס איז געווען אנגעשטעלט אויף דער שטייער אין עגיפטן. פון דאקומענטן אין דער קיירא גניזה ווייזט אויס אז דער אר"י האט געהאנדלט מיט געווירצן. אין עגיפטן האט ער געלערנט זוהר, ביז אליהו הנביא האט זיך באוויזן צו אים און געהייסן אים ארויפגיין אין ארץ ישראל. דער אר"י איז אנגעקומען אין צפת אין ה'ש"ל, און האט געוואוינט דארט צוויי יאר ביז זיין פטירה ה' אב ה'של"ב, ווען ער איז געווען אלט 38 יאר.

פאר דער פטירה פון רבי משה קארדאווערא (דער רמ"ק), האט ער געהייסן זיינע תלמידים אז זיין נאכפאלגער וועט ווערן אנטפלעקט ביי זיין לוויה, אז ער וועט זען דעם וואלקן וואס גייט נאך זיין מיטה. דער איינער איז טאקע געווען דער אר"י וואס האט פונקט דענסטמאל אנגעקומען קיין צפת און קיינער האט אים נאך נישט געקענט. פון דעמאלט אן האט ער אנגעהויבן לערנען מיט א פאר תלמידים, וואס דער גרעסטער פון זיי איז געווען רבי חיים וויטאל, איבערגעבנדיג אים אלץ וואס ער ווייסט, זאגנדיק אז דאס איז זיין איינציגן תפקיד אין דער וועלט.

דער אר"י און זיין ווייב האבן געהאט צוויי טעכטער, וואס האבן חתונה געהאט אין צפת.

  • עכסה, די ווייב פון רבי שלמה סאגיס, ראש ישיבה אין צפת און רבי פונעם מהרי"ט.
  • די שנור פון מרן רבי יוסף קארו.