יחיאל אשכנזי
מראה
בן/בת זוג | אדל |
---|---|
רבי יחיאל אשכנזי זצ"ל ( - ז' טבת ה'תק"ם) איז געווען אן איידעם פונעם בעל שם טוב.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ס'איז זייער וויניג באקאנט איבער דעם ביאגראפיע פון רבי יחיאל, ס'איז אנגענומען ביי חסידים אז רבי יחיאל איז געקומען פון דייטשלאנד קיין פאדאליע, דערפאר האט מען אים גערופן "דער דייטשל".
אין ספר בוצינא דנהורא פון זיין זון רבי ברוך'ל איז פארהאן א בריוו וואס רבי ברוך'ל שרייבט זיך אוֹנטער בן רבי יחיאל "מיכל" אשכנזי.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יחיאל האט געהייראט מרת אדל די טאכטער פון בעש"ט. זייערע קינדער:
- מרת פייגא די מוטער פון רבי נחמן פון ברעסלאוו (ה'תקל"ב - י"ח תשרי ה'תקע"א),
- רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו (ה'תק"ב - י"ז אייר ה'תק"ס) פון סודילקאוו, דער דגל מחנה אפרים
- רבי ברוך פון מעזשביזש (ה'תקי"ג - י"ח כסלו ה'תקע"ב)