יחזקאל שרגא האלבערשטאם (ב)

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי יחזקאל שרגא האלבערשטאם הי"ד (ה'תרנ"ה - ה'תש"ג), שינאווער רבי אין שינאווא.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי יחזקאל שרגא איז געבוירן געווארן אין יאר ה'תרנ"ה (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב אריה לייביש מרדכי האלבערשטאם פון שינאווא, א זון פון הרב משה האלבערשטאם רב אין שינאווא, א זון פון הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם, דער שינאווער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב. און צו זיין מוטער מרת דבורה א טאכטער פון הרב ישראל יעקב יוקל טייטלבוים, רב אין וואלאווע, א זון פון הרב שמואל טייטלבוים, רב אין גארליץ, א זון פון הרב אלעזר ניסן טייטלבוים, רב אין דראהאביטש, א זון פון דעם ישמח משה.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ווען זיין פאטער איז אריבער קיין קראקא איז רבי יחזקאל שרגא געווארן דער ממלא מקום, אלס שינאווער רבי אין שינאווא.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי יחזקאל שרגא איז אומגעקומען אויף קידוש השם אין יאר ה'תש"ג (אומגעפער) מיט זיין פאמיליע הי"ד.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי יקותיאל יהודה האט געהייראט א טאכטער פון הרב יהושע האלבערשטאם רב אין באכניא א זון פון הרב אשר מאיר האלבערשטאם רב אין באכניא.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר