יחזקאל קאטיק

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

יחזקאל קאטיק ( ח' ניסן תר"ז – ט' אב תרפ"א) איז געווען א משכיל פון חסיד'ישן אפשטאם פון קאמעניץ, ליטע. ער איז דאס מערסטע באקאנט פאר זיינע אפגעשריבענע זכרונות מיינע זכרונות... זכרונות פון יחזקאל קאטיק.

ביאגראפישע נאטיצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

זיין זיידע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

לויט קאטיק'ס באריכטן איז זיין זיידע אהרן לייזער קאטיק געווען א קאמעניצער איד, אן עושר מיט פארצווייגטע מסחר און נאנטע פארבינדונגען מיט די ארומיגע פריצים און אדעל-לייט. אויך איז ער געווען א פארברענטער מתנגד, און א שטיקל גבר אלים.

זיין פאטער[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

קאטיק'ס פאטער משה קאטיק האט זיך אין זיין יוגנד אנגעשלאסן אין רבי משה קאברינער זצ"ל און איז געווארן א פייערדיגער חסיד. משה קאטיק איז אויך געווען א סוחר, אבער ער האט אויך פיל צייט פארברענגט אין קאברין ביי זיין רבי'ן דער קאברינער, און אין קאמעניץ איז ער געווען שטענדיג פארנומען מיט מאכן חסיד'ישע צוזאמקומס וואו מען האט געזינגען, געטאנצן, געגעסן, פערציילט מעשיות פון רבי'ן און נאך אזעלכע חסיד'ישע ענינים.

מיט דער פטירה פון רבי משה קאברינער איז משה קאטיק געווען פון די יחידי סגולה וואס האבן אויסגעקליבן רבי אברהם סלאנימער אויף צו פירן די רביסטעווע.

קאטיק'ס ערציאונג[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

יחזקאל קאטיק איז אויפגעוואקסן אין דעם חסיד'ישן אטמאספערע, וואס האט אויף אים געמאכט א טיפן איינדריק, סיי פאזיטיוו און סיי נעגאטיוו. אין די שפעטערדיגע יארן האט ער בועט געווען אין דעם בלינדן התקשרות צו א רבי'ן און אפגעלאכט פון דעם גאנצן חסיד'ישן התנהגות. מיט די יארן איז ער געווארן אין גאנצן א משכיל.

קאטיק האט געוואוינט פילע יארן אין ווארשע, וואו ער האט אנגעפירט מיט פארשידענע משכיל'ישע אקטיוויטעטן. ער האט געגרינדער געזעלשאפטליכע געמיינדעס און אין געווען אין נאנטע פארבינדונג מיט משכיל'ישע פירער.

א גאר אינטערעסאנטער סעריע פון בריוו האט ער געשריבן צו באקאנטן יידיש שרייבער שלום עליכם. כאטש די בריוו פון שלום עליכם צו אים אויף צוריק האבן מיר נישט היינט, ווייזט זיך אבער אויס פון קאטיק'ס אייגענע בריוון אז שלום עליכם האט אים שטארק געשעצט.

זיינע זכרונות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

קאטיק'ס זכרונות זענען אן אוצר פון ידיעות אויף דאס אמאליגן לעבן אין ליטא-פוילן פאר חוקרים און סתם ליינער צוגלייך. ער שילדערט פארביג דאס לעבן אין דעם אמאליגן שטעטל, די התנהגות פון די ארומיגע פריצים און זייערע פארבינדונגען מיט די אידן, דער אויסזען פון די שטעטלדיגע חדרים מיט אירע פארשידענע סארטן מלמדים -- ביידע די אכזרים און די באליבטע, דער צוגאנג צו שידוכים -- ווי מען האט אפט חתונה געמאכט קינדער אזוי יונג ווי אכט יאר אלט, און די התנהגות פון די אמאליגע חסידים -- ער שילדערט צוגלייך זייער התנהגות אין עבודת ה', זייער פאנאטישקייט, און זייערע טעראריסטישע שטיק ווען מען האט זיך מיט זיי אנגעהויבן.

די זכרונות זענען געשריבן געווארן ארגינעל אין יידיש, און איבערגעזעצט געווארן אויף העברעאיש דורכ'ן באקאנטן היסטאריקער פון חסידות דוד אסף.


וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]