יוסף שאול נאטאנזאן

פֿון װיקיפּעדיע

הרב יוסף שאול הלוי נאַטאַנזאן (ה'תקס"ח - כ"ז אדר א' ה'תרל"ה) איז געווען רב אין לעמבערג און איינער פון די גרויסע פוסקים אין זיין דור. זיינע תשובות זענען געזאמלט אין די זעקס בענדער פון שו"ת שואל ומשיב.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

הרב נאטאנזאן איז געבוירן געווארן אין ברעזשאן, אסט-גאליציע (היינט מערב אוקראינע) אין תקס"ח, דער בכור פון זיין פאטער ר' אריה לייביש הלוי נאטאנזאן.[1]

אין תקפ"ה האט ער חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון זיין פעטער, הרב יצחק אהרן הלוי איטינגא. נאך דער חתונה האט ער געוואוינט אין לעמבערג, וואו ער האט געלערנט צוזאמען מיט זיין שוואגער רבי מרדכי זאב איטינגא. צוזאמען האבן זיי געשריבן דעם ספר "מפרשי הים" אויף ש"ס.[1] קיין געהאלט האט ער נישט גענומען פון דער קהילה.

אין תרי"ז האט מען אים באשטימט אב"ד פון לעמבערג.[1]

ער איז געווען א מתנגד, אבער ער האט זיך געהאלטן גוט מיט די חסידים, ווי ער האט זיך אסאך קארעספאנדירט מיט דעם פראמינענטן חסידישער רבי, רבי חיים האלבערשטאם, דער "דברי חיים" פון צאנז.

ער האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער.

זיינע ספרים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. a b c שבת בשבתו 839 (תשע"א) רבי יוסף שאול הלוי נאטאנזאהן