יוסף ישראל אייזנבערגער
מראה
רבי יוסף ישראל אייזנבערגער איז דער היינטיגער דיין פון שיכון סקווירא און אומאפציעל דער הויפט רב פונעם אומגעגנד, צו וועמען אלע יונגע רבנים קומען זיך לערנען הוראה און נעמען שימוש.
הרב אייזנבערגער איז דער ראש המדברים ביי יעדער רבנישער אסיפה אינעם געגנד, און איז גאר באוואוסט אלץ מומחה אין רפואה בהלכה.
ער איז א זון פון רבי חיים אייזנבערגער, מלפנים רב אין דער אסטען שול אין אנטווערפן, בעלגיע, און אן איידעם פונעם לעגענדארן גבאי אין דעם סקווערער הויף, ר' ישעיה יואל אונגאר.
זיינע ספרים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- שבטי ישראל (דריי בענדער)
קינדער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]זיין זון הרב ר' יעקב אייזנבערגער איז דער סקווערער דיין אין בני ברק.
זיין זון הרב ר' דוד, איז א מו"ץ אין שיכון סקווירא.
זיין איידעם הרב ר' פנחס - זון פונעם סקווערער דומ"ץ אין מאנטריאל, הרב ר' יוחנן וואזנער - איז דער ראש הכולל אין קהילת סקווירא אין סטאמפארד היל לאנדאן.