יוסף טוב עלם

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

הרב יוסף ב"ר שמואל טוב עלם. א מאל הייסט מען אים דער גרויסער. זיין פאמיליע נאמען איז אן איבערזעצונג פון פראנצייזיש Bon fils. ער איז געווען א תלמיד חכם, פוסק און פייטן. ער האט געלעבט און געארבעו אין אנהייב פון 11טער י"ה

מען וויסט נישט קיין סך וועגן זיין לעבן. ס'איז געוווסט אז ער איז פון נארבאן אין פראוואנס. לויט ווי ס'איז געשריבן אין ספר שבולי הלקט איז ער געווען א בר פלוגתא פון רבי אליהו הזקן וועגן די "קרובות".

דאס רוב פון זיינע שריפטן זיינען פארפאלן. ער האט געהאט א פירוש אויפן תנ"ך און תלמוד בבלי. זיין פירוש אויפן תלמוד ווערט ציטירט אין אלערליי פירושים פון ראשונים אויפן תלמוד. ער האט קאפירט און ארויסגעגעבן ביכער פון פריערדיקע רבנים. צווישן זיי הלכות גדולות, קובץ תשובות הגאונים און סדר תנאים ואמוראים. לויט ספר יוחסין השלם פון ר' אברהם זכות האט ער געשריבן סדר עולם זוטא

זיין מערסט בארימט פיוט חסל סידור פסח, איז דער סוף פון זיין "קרובה" פאר שבת הגדול, וואס הייבט אן ״א-להי הרוחות לכל בשר״:

חֲסַל סִדּוּר פֶּסַח כְּהִלְכָתוֹ
כְּכָל מִשְׁפָּטוֹ וְחֻקָּתוֹ
כַּאֲשֶׁר זָכִינוּ לְסַדֵּר אוֹתוֹ
כֵּן נִזְכֶּה לַעֲשׂוֹתוֹ
זָךְ שׁוֹכֵן מְעוֹנָה
קוֹמֵם קְהַל עֲדַת מִי מָנָה
בְּקָרוֹב נַהֵל נִטְעֵי כַנָּה
פְּדוּיִם לְצִיּוֹן בְּרִנָּה

לייענען ווייטער[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • אברהם גראסמאן, חכמי צרפת הראשונים, ירושלים תשס"א, עמ' 73-81
  • מלחי אסתר, ר’ יוסף טוב-עלם - דמותו ויצירתו, מכלול כו (תשע) 7-24