יוסף גאנז

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אינזשעניר יוסף גאנז (1טן יולי 1898 - 26סטן יולי 1967) איז געווען א יידיש־אונגארישער אויטאמאביל אויספלאנעווער.

אין יאר 1928 אין בלויזן עלטער פון דרייסיג יאר איז ער געווארן רעדאקטאר פון א קליינע אויטא־האנדל צייטשריפט, און ער האט איר פארוואנדלט אין א מעכטיגע פלאטפארמע פאר אינציאטיוון און פארשלאגן אין די אויטא אינדוסטריע.

ווען היטלער איז געקומען צו די מאכט אין 33' האט ער פארלוירן זיין אמט און קאנטראקטן. ער האט אבער נישט אויפגעגעבן אפי' דערנאך וואס ער איז ארעסטירט געווארן דורך די געסטאפא, און נאכן זיך ראטעווען פון אן אטענטאט פארזוך און נאכדעם וואס מען האט קאנפיסקירט זיין באנק קאנטע. ער האט זיך פארמאסטן אין די געריכטן קעגן די וואס האבן גע'גנב'ט זיינע פאטענטן און פלענער.

ענדע איז ער געווען מזל'דיג אז ער האט געקענט אנטלויפן פון דייטשלאנד מיט זיין לעבן. ער איז אנטלאפן אין דער שווייץ, וואו ער האט געהאלפן אנטוויקלען א שווייצער "פאלקסוואגן".

אין 51' האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין מעלבארן, אויסטראליע, וואו ער האט געארבעט פאר די פירמע "האלדען".

ער איז געשטארבן אין 1967.