יונגע מוטאנטישע נינדזשא טשערעפאכעס

פֿון װיקיפּעדיע
קאסטיומען פון די יונגע מוטאנטישע נינדזשא טשערעפאכעס

די יונגע מוטאַנטישע נינדזשאַ טשערעפּאַכעס (ענגליש: Teenage Mutant Ninja Turtles, אין קורצן: TMNT) זענען א פיקטיווע גרופע פון פיר מוטאנטישע טשערעפאכעס מיט נעמען פון איטאליענער רענעסאנס קינסטלערס. זיי ווערן טרענירט אין נינדזשוצו דורך א מוטאנטישע שטשור אין די קאלוזשעס פון ניו יארק סיטי צו קעמפן קעגן פארברעכערס, שלעכטע איבערלארדן, אנדערע מוטאנטן און עליען אינוואזירערס, אבער זיי פרובירן באהאלטן זיך פון די מענטשן. די כאראקטערן זענען געשאפן געווארן דורך קעווין איסטמאַן און פּיטער לערד.

די נינדזשא טשערעפאכעס האבן אנגעהויבן אין קאמיקס ביכער פובליצירט דורך מיראַזש סטודיא און זענען שפעטער געווען אין אנימירטע טעלעוויזיע סעריעס, פילמען, ווידעא שפילן, שפילכלעך און אנדערע פראדוקטן. אין דער הויכפונקט פון די קאנצעסיע'ס פאפולאריטעט אין די לעצטע 1980ער און פריע 1990ער יארן האט עס געברענגט אן אינטערנאציאנאלע הצלחה און בארימטקייט.

הויפט כאראקטערן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • לעאָנאַרדאָ - דער טאַקטישער, העלדישער פֿירער פון די טשערעפאכעס און געטריילעכער סטודענט פון זיין סענסיי. ער טראגט א בלויע מאסקע און נוצט צוויי שווערדן (נינדזשאַטאָ אדער קאַטאַנאַ). אלס דעם מערסט געוויסנדיקן מיטגליד, ער אפט טראגט דער באַלאַסט פון באַשיצן זיינע ברידער, וואס אפט מאכט א קאנפליקט מיט ראפאעל. לעאנארדא הייסט נאך לעאנארדא דא ווינטשי.
  • מיקעלאַנדזשעלאָ - דער מערסט סטערעאטיפישער יינגל פון די פיר. ער איז א פריילעכער, נארישער וויצלער וואס האט שטאַרק ליב פּיצאַ. מיקעלאנדזשעלא טראגט אן אראנזשע מאסקע און נוצט א נונטשאַקו. ער האט כאראקטעריסטיקס ווי פון אן אינדלער און אפט רעדט אין א דרום-קאליפארנישער ארויסרעד. ער הייסט נאך דעם איטאליענער קינסטלער מיקעלאנדזשעלא.
  • דאָנאַטעלאָ - דער וויסנשאפטלער, ערפינדער, אינזשעניר און טעכנישער זשעני. ער טראגט א וויאלעטע מאסקע און נוצט א באָ (א סארט לאנגען שטאָק). דאנאטעלא איז אפשר די ווייניקסטן געוואלדיקע טשערעפאכע, ווייל ער וויל אנשטאט ניצן זיין וויסן צו באשיידן פראבלעמען. ער אבער שטענדיק באשיצט זיינע ברידער. ער הייסט נאך דאנאטעלא, אן איטאליענער רענעסאנס קינסטלער און סקולפטאר פון פירענצע.
  • ראַפֿאַעל - דער "בייזער יינגל" פון די טשערעפאכעס. ראפאעל טראגט א רויטע מאסקע און נוצט צוויי סאַי. ער האט אן אגרעסיווע נאטור און איז כמעט שטענדיק דער ערשטער וואס אטאקירט. ער אפט רעדט אין אן אומפארשטענדלעכער ניו יארקער ארויסרעד. זיין פערזענלעכקייט קען ווערן קרעפֿטיק און סאַרקאַסטיש, און ער אפט באווייזט טרוקנער הומאר. ער איז זייער שטאַרק געטריילעך צו זיינע ברידער און סענסיי, און הייסט נאך דעם איטאליענער מאלער און ארכיטעקט ראפאעל.
  • ספּלינטער - דער סענסיי און פֿאָטער פיגור פון די טשערעפאכעס. אין דער אריגינעלער קאמיקס איז ספלינטער א מוטאנטישע יאפאנישע שטשור וואס האט געלערנט נינדזשוצו פון זיין אייגנטימער און מייסטער האַמאַטאָ יאָשי. אין דער טעלעוויזיע סעריע פון 1987 איז ספלינטער געווען האמאטא יאשי זיך, וואס איז געווארן פארוואנדלט אין א שטשור.
  • אַפּריל אָניל - די מענטשלעכע פריינדין פון די טשערעפאכעס. זי איז געוועזן א לאבאראטאריע העלפערין פונעם משוגענער וויסנשאפטלער באַקסטער סטאָקמאַן. אפריל האט ערשט געטראָפֿן די טשערעפאכעס ווען זיי האבן ראטעוועט זי פון באקסטער'ס ראבאטישע שטשור-טייטערס. זי גייט מיט די טשערעפאכעס אויף א סך זייערע אוואנטורעס און העלפט זיי דורך פירן אויס די פובליקע ארבעט וואס איז פארבאטן פאר זיי. אין דער טעלעוויזיע סעריע פון 1987, די "אַרטשי קאָמיקס" ביכער, די ערשטע דריי פילמען און דער 2014 פילם איז אפריל א טעלעוויזיע נייעס רעפארטערין. אינעם קאמפיוטער אנימירטן פילם פון 2007 איז זי די אייגנטימער פון א זעגלעריי פירמע צווישן מיט קייסי דזשאָנס. אין די טעלעוויזיע סעריע פון 2012 איז אפריל א יונגע מיידל וואס די טשערעפאכעס ראטעווען, און ווערט שפעטער טרענירט אלס א נינדזשא דורך ספלינטער.
  • קייסי דזשאָנס - א וויגילאַנטער וואס טראגט א האָקי מאסקע צו באשיצן זיין אידענטיטעט און איז געווארן איינער פון די נענסטע פריינט פון די טשערעפאכעס, און אויך אפריל'ס ליבלינג. קייסי האט ערשט געטראפן די טשערעפאכעס נאך א קאמף צווישן אים און ראפאעל. ער קעמפט קעגן פארברעך מיט א סך ספארט געצייג וואס ער טראגט אין א גאלף זאַק.
  • דער שרעדער - א שלעכטער נינדזשוצו מייסטער מיטן נאמען אָראָקו סאַקי. ער איז דער פירער פונעם פֿוס קלען, א שלעכטע נינדזשא האָרדע. אין אלע מעדיע פונעם קאנצעסיע איז ער געווען דער בלוט-שונא פון די טשערעפאכעס און ספלינטער, און אויך דער הויפט רשע אין רוב די ווערסיעס. אין א טייל ווערסיעס נוצט שרעדער זיין דאָרניקער פּאַנצער אנשטאט געווער.
  • פֿוס סאלדאטן - די נינדזשאס פונעם פֿוס קלען וואס ארבעטן פאר שרעדער. זיי זענען אפשר די מערסט גאנגבארע פיינד וואס די טשערעפאכעס קעמפן קעגן.
  • באַקסטער סטאָקמאַן - א וויסנשאפטלער און ערפינדער וואס איז אפט א פיינד פון די טשערעפאכעס אין פארשידענע ווערסיעס. ער איז באקאנט אלס דער ערפינדער פון די ראַץ-טייטונג ראבאטן און ווערט אפט באשרייבט אלס א שותף פונעם פֿוס קלען אדער קרענג, אדער גייט זיך אליין.
  • קרענג - א קליין מוח-ענלעך עליען באשעפֿעניש וואס אפט באווייזט זיך אלס איינער פון די הויפט רשעים צווישן מיט דער שרעדער. דער כאראקטער איז אריגינעל אינספירירט געווען פון די אוטראָמען, אן עליען ראַסע פונעם אריגינעלער קאמיקס, נאר אין שפעטערע ווערסיעס איז ער איינער פון זיי. אין א טייל ווערסיעס איז קרענג א מיטארבעטער פון שרעדער, און אין א טייל אנדערע זענען זיי קעגנער איבער וועלטיקונג.
  • ביבאָפּ און ראָקסטעדי - א פארברעכנס-פּאָר פון צוויי מוטאנטן (ביבאפ א ווערצל-שוויין, ראקסטעדי א נאזהארן). זיי זענען אריגינעל צוויי מענטשלעכע יונגאַטשן וואס זענען געווארן שרעדער'ס הלעפערס אין א טייל ווערסיעס. געוויינטלעך ווערן זיי באשרייבט אלס זייער שטאַרק אבער נישט אזוי קלוג.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: יונגע מוטאנטישע נינדזשא טשערעפאכעס