יוחנן פערלאוו
הר"ר יוחנן פערלאוו (ז' אב תר"ס, 1900 – כ"א כסלו תשט"ז, 1955) איז געווען דער קארלינער רבי אין לוצק.
ר' יוחנן איז געווען דער יונגסער זון פון הרה"ק ר' ישראל פערלאוו זצוקללה"ה פון סטאלין (גערופן צווישן די חסידים "דער פראנקפורטער", צוליב דעם וואס ער איז באערדיגט געווארן אין דער שטאט פראנקפורט, דייטשלאנד). ער איז געווארן אן איידים ביי הרה"ק ר' שמעון שלמה פון אליק.
נאכדעם וואס ער איז באפרייט געווארן פון די מיליטער, האט ער זיך באזעצט אין דער שטאט לוצק, ווייט פון זיינע ברידער וואס האבן געפירט זייערע הויפן, הרה"ק ר' אברהם אלימלך זצוקללה"ה אין דער שטאט קארלין, און הרה"ק ר' משה אין דער שטאט סטאלין.
הונדערטער חסידים האבן געשטראמט קיין לוצק אויף שבתים און ימים טובים, זיך שואל עצה זיין, און אויף ברכות. צוויי אין צוואנציג יאר האט דער רבי דארט געפירט זיין הויף, ביז די נאציס האבן דארט אריין מארשירט, דער רבי האט זיך אויף א וואונדערבארן וועג געראטעוועט.
נאר מיט איין טאכטער איז ער אנגעקומען קיין ארץ ישראל כ"ג אייר אין דער שטאט חיפה. די טאכטער האט חתונה געהאט מיט ר' עזרא שוחט, און געהאט צוויי זין און איין טאכטער, כ"ק אדמו"ר מסטאלין קארלין, כ"ק אדמו"ר מלוצק, די טאכטער האט חתונה געהאט מיט הרה"ג ר' יעקב ברוך לעדערייך שליט"א דער רב אין דער סטאלינער שוהל אין בארא פארק.