לדלג לתוכן

יהושע

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון יהושע בן נון)
יהושע
יְהוֹשֻׁעַ בִּן נוּן
געבורט 1350 לפנה״ס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1245 לפנה״ס (אלט 105 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אַמט נביא רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
דער ארטיקל דיסקוטירט יהושע בן נון. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט יהושע (באדייטן).
משה מיט יהושע (צייכונג)

יהושע בן נון איז געווען דער פירער פון כלל ישראל און דער ממלא מקום פון משה רבינו נאך זיין פטירה. ער האט אריינגעפירט די יידן קיין כנען, באַזיגט די דארטיגע פעלקער, און צוטיילט ארץ ישראל פאר די צוועלף שבטים.

יהושע בן נון איז ווארשיינליך געבוירן געווארן אין מצרים, און איז אלט געווען 42 יאר בשעת יציאת מצרים.

ער איז געווען דער משרת פון משה און זיין געטרייסטער תלמיד, און כאטש וואס ער האט נישט באלאנגט צו דער משפחה פון משה רבינו, האט אים גאט באשטימט אלס דער איינציגער פאסיגער איבערצונעמען די פירערשאפט פון כלל ישראל.

ער האט קודם געהייסן הושע און ווען משה רבינו האט אים געשיקט צו זיין פון די מרגלים, האט ער אים צוגעלייגט אן אות צו זיין נאמען יהושע אלס א ברכה אז גאט זאל זיין צו זיין הילף (דער טייטש פון י-ה הושע).

אמרו חז"ל על יהושע בן נון, גדול שימושה של תורה יותר מלימודה.

לויט דעם מדרש, האָט יהושע בן נון חתונה געהאַט מיט רחב דעם זונה פֿון יריחו נאָך זי האָט זיך מגייר געווען. עס שטייט אויך אין חז"ל, אז יהושע האט נישט געהאט קיין זין, נאר טעכטער.