יהודה אסאד
געבורט |
1794 ה'תקנ"ד אַסאד |
---|---|
טויט |
1866 (אלט 72 בערך) כ"ג סיון תרכ"ו סלאוואקיי |
הרב יהודה אַסאָד (ה'תקנ"ד, אסאד - כ"ג סיון תרכ"ו) איז געווען אן אב"ד, ראש ישיבה, פוסק און ארטאדאקסישער פירער אין אונגארן.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]געבוירן אין אסאד צו ישראל און טשאַרנע. ער האט געלערנט אין דער ישיבה פון הרב מרדכי בנעט אין דער שטאט ניקאלסבורג. ער האט חתונה געהאט מיט אסתר רעגנער (געשטארבן תרכ"ז, אלט 65). ער איז געװען דער אב בית דין אין די שטעטלעך ראגענדארף און סעמניץ, דאן האט ער געדינט אלס אב בית דין אין דונא־סערדאהעלי, און דארטן געגרינדעט א גרויסע ישיבה, װאו הונדערטער בחורים האבן געלערנט. ער האט זיך קארעספאנדירט מיט הרב משה סופר, מחבר פונעם ספר "חתם סופר", און ווערט פאררעכנט ווי דער פוסק הדור אין אונגארן נאכן פטירה פון חתם סופר.
אין תרכ"ד האט ער זיך באטייליגט אין א רבנישער דעלעגאציע צום קייסער פראנץ יאזעף, ווען מ׳האט געזוכט אפצושטעלן דעם פלאן אויפצושטעלן א רבנות סעמינאר מטעם המדינה.
רבי יהודה אסאד איז נפטר געווארן כ"ג סיון תרכ"ו. און זײן זון הרב אהרן שמואל אסאד האָט גע'ירש'נט זײן אָרט אינעם שטאָטישן רבנות.
בילד פון זיין צורה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]לויט רבי משה לייב ליטש-ראָזענבוים, האָבן מיטגלידער פון דער סערדאַהעלער קהילה געמאכט אַ פּאָסט-מאָרטעם (נאכן טויט) מאָלערײ אָדער פאָטאָגראַפיע פון דעם גוף פון זייער רבין, כּדי צו פאַרקויפן זיינע ליטאגראפיעס און דערמיט פינאַנצירן די חתונה פון זיינע אומגעהייראַטע טעכטער. נאך דעם פאל איז אויפגעקומען א הלכה'דיגע פובליק וויכוח צווישן די רבנים פון אונגארן. מען זאגט אז אלע פארמישט אינעם פאטאגראפיע זענען אומגעקומען יענעם יאר.
זיינע ספרים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]הרב יהודה אסאד האט געשריבן איבער 50 ספרים, אבער די מאנוסקריפּטן זענען פארברענט געווארן דורך די נאציס בעת׳ן חורבן.
זיין זון, רבי אהרן שמואל, האט געדרוקט די שו"ת מהרי"א - 'יהודה יעלה', וואס האט 884 סימנים. באנד א' איז געדרוקט געווארן אין לעמבערג אין תרל"ג מיט תשובות אויף די צוויי חלקים פונעם שולחן ערוך, אורח חיים 68 זייטן 214 סימנים און יורה דעה 141 בלעטער, 387 סימנים. באנד ב' איז געדרוקט געווארן אין פּרעסבורג תר"מ אויף אבן העזר און חושן משפט 111 בלעטער, 283 סימנים. אין תשכ"ה, איז דאָס ספר געדרוקט גיווארן אין ניו יארק סיטי אין אַן איין-באַנד אויסגאבע. א נײע און רעוויזירטע אויסגאַבע, איז אַרויסגעגעבן געווארן דורכן שלמה אומאן אינסטיטוט אין דריי בענדער צווישן די יאָרן תשע"ז-תשע"ט.
זיינע ספרים וואס זענען געדרוקט געווארן:
- חידושי מהרי"א
- דברי מהרי"א
- שו"ת יהודה יעלה
פאַר ווייטער ליינען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אריאל פרקים מחיי ה'מהר"י אסד', י' בן צבי, ארויסגעגעבן פון דער אגודת הנצחה פון קהילות און יחידים, בני ברק, תשמ"ט.
- עלי זכרון נומער 48, וועגן הרב יהודה אסאד, זכרון אינסטיטוט צו דער זכרון פון אונגארישן יידנטום, בני ברק, תשע"ח.
- שו"ת יהודה יעלה, אינסטיטוט שלמה אומאן, הקדמה צו דער לייפסטייל אָפּטיילונג, עמ' 19 און ווייטער.
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- יהודה אסאד, ביים ויקישיבה וועבארט
- יהודה אסאד, אין דער ייִוואָ ענציקלאָפּעדיע פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן (אויף ענגליש)
- רבי יהודה אסאד, באתר mytzadik
- דוד הלחמי, רבי יהודה אסאד אב"ד סערדאהלי (בעל „יהודה יעלה”), ערכו בספר "חכמי ישראל", תל אביב תשי"ח, אין אוצר החכמה וועבזײַטל
זיינע ספרים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- די שו"ת "יהודה יעלה" (אויך גערופן שו"ת מהר"י אס"ד) אויף דעם וועבזייטל HebrewBooks
- חידושי מהרי"א, מהדורת ווייטצען תרע"ב, ביי HebrewBooks
- דברי מהרי"א, מהדורת מיכאלעוויץ תרצ"א, ביי HebrewBooks
- חידושי מהרי"א, מהדורת ירושלים תשט"ו, ביי HebrewBooks
- שו"ת "יהודה יעלה", הוצאת "חיים וברכה" תשכ"ה, ביי HebrewBooks