טראנספארמערס

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

טראַנספֿאָרמערס (ענגליש: Transformers) זענען פיקטיווע ראבאטן וואס זענען פראדוצירט דורך א שפילכל פירמע מיטן נאמען האסברא. אין די דערציילונג, זיי קומען פון א פלאנעט מיטן נאמען סײַבערטראָן. עס זענען דא צוויי הויפטע סארטן טראַנספֿאָרמערס. זיי זענען די אויטאָבאָטן, די העלדן, און די דעסעפּטיקאָנען, די רשעים. דער פירער פון די אויטאָבאָטן הייסט אָפּטימוס פּרײַם, און דער פירער פון די דעסעפּטיקאָנען הייסט מעגאַטראָן. טראַנספֿאָרמערס קענען טוישן זייער פארעם צו פארשידענע זאכן, למשל קארס, פליגערס, פייער-געווער און בעלי חיים. די ערשטע טראַנספֿאָרמערס זענען געווען פראדוצירט אין 1984.