טאם און דזשערי

פֿון װיקיפּעדיע

טאָם און דזשערי (ענגליש: Tom and Jerry) איז אן אנימירטע קארטון סעריע. זי איז וועגן א קאָטער מיטן נאמען טאָם און א מויז וואס הייסט דזשערי. די קארטונען אפט באווייזן קאמישע קריגן אדער יאגן.

"טאָם און דזשערי" איז געשאפן, געשריבן און רעזשיסירט געווארן דורך וויליאם האנא און יאזעף בארבערא. 114 "טאָם און דזשערי" קארטונען זענען פראדוצירט געווארן דורך דער מעטרא-גאלדווין-מייער קארטון סטודיא צווישן 1940 ביז 1958.