לדלג לתוכן

חרן

פֿון װיקיפּעדיע
חרן

חרן איז אַן אַלטע שטאָט אין מעסאָפּאָטאַמיע (ארם־נהרים), װערט דערמאָנט אין חומש בראשית י"ב, אַז דאָרט איז געשטאָרבן תרח, דער פאָטער פון אברהם אבינו; אין בראשית כ"ט װערט דערציילט װי יעקב האָט געדינט אין חרן ביי לבן און דאָרט גענומען לבנס טעכטער לאה און רחל; אין יחזקאל כ"ז װערט חרן דערמאַנט אַלס גרויסע האַנדלסשטאָט; וועגן דעם, וואו האָט האָט זיך געפונען חרן זענען פאַראַן חלוקי־דעות: טייל ווייזן אָן אויף אַ דאָרף אין מעסאַָפּאָטאַמיע, "כאפר חאראן"; אַנדערע מיינען, אַז דאָס איז אַן אָרט אין קליין־אַזיע.