לבן

פֿון װיקיפּעדיע
לבן (מימין) מיט איידים יעקב אבינו (משמאל) ציור

לבן הארמי (ארויסזאָג: לאָוואָן. טייטש "לבן פון דעם לאנד ארם"; –ב'ר"ז) איז געווען דער זון פון בתואל, דער ברודער פון רבקה אמנו.

דער מדרש[פֿעלט אַ מקור] ברענגט אז דאס ווייב פון לבן האט געהייסן עדינה. לבן איז געווען דער פאטער פון די אימהות רחל און לאה און אויך בלהה און זלפה.

אזוי איז לבן געווען א שוואגער פון יצחק און א פעטער פון יעקב. ווען יעקב האט געהייראט לאה און רחל, איז לבן געווארן זיין שווער.

אין די חז"ל ווערט ער פאררעכנט נעגאטיוו, ווי עס שטייט אין דער הגדה: "צא ולמד מה ביקש לעשות לבן הארמי ליעקב אבינו, שפרעה לא גזר אלא על הזכרים, ולבן ביקש לעקור את הכל"

לבן האט געלעבט ווייניקסטנס 132 יאר. ער איז געשטארבן לויט דער טראדיציאנעלער ציילונג אין יאר ב'ר"ז.