חיים לענסקי
געבורט |
1905 סלאנים, בעלארוס |
---|---|
טויט |
1943 (אלט 38 בערך) סיביר, סאוועטן פארבאנד |
מדינה | סאוועטן פארבאנד |
פאך | דיכטער |
חיים לענסקי (העברעיִש: חיים לנסקי; 1905 – 1943 (בערך)) איז געווען אַ העברעיִשער דיכטער.
ביִאָגראַפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ער איז געבוירן געוואָרן 1905 אין דער שטאָט סלאָנים פון דער גראָדנער גובערניע (דעמלט – אין באַשטאַנד פון דער רוסלענדישער אימפּעריע, איצט – אין באַשטאַנד פון ווײַסרוסלאַנד). חיים לענסקי האָט באַקומען אַ טראַדיציִאָנעלן ייִדישן חינוך. ערשטע לידער האָט ער אָנגעשריבן אין דער עלטער פון 12 יאָר. אין 1921 האָט ער זיך איבערגעצויגן קיין ווילנע און זיך געלערנט דאָרט אין לערער-סעמינאַר "תרבות". האַרבסטצײַט אין 1923 איז דער דיכטער אומלעגאַל איבערגעגאַנגען די סאָוועטישע גרענעץ כדי קומען צו זײַן פאָטער, וועלכער האָט געאַרבעט אלס בארג-אינזשעניער אין באַקו. די סאָוועטישע גרענעץ-וואַך האָט אים פאַרהאַלטן און ער איז אָנגעקומען קיין באַקו נאָר אין סוף 1924. דאָרט האָט האָט ער פאַרדינט אויפן לעבן מיט אונטעריכטן העברעיִש און מיט פאַרעפנטלעכן דערציילונגען און לידער אויף ייִדיש אין דער אָרטיקער ייִדישער פּרעסע. אין 1925 איז אַריבערגעפאָרן קיין לענינגראַד. דאָרט האָט ער געלעבט ביז 1934 און געאַרבעט ווי אַ פּשוטער אַרבעטער אין אַרטעל "עמל", וועלכע איז געגרינדעט געוואָרן דורך דער ציוניסטישער באַוועגונג "החלוץ".
איינצײַטיק האָט חיים לענסקי געשריבן לידער אויף העברעיִש און געשיקט זיי קיין ארץ ישראל, וווּ זיי זײַנען פאַרעפנטלעכט געוואָרן אין אַלמאַנאַכן "כתובים" (1928 – 1930), "גלים" (1929 – 1930), "מאזניים" (1930 – 1933 און 1935 – 1939) און "גיליונות" (1934 – 1937). חיים לענסקי האָט אונטערגעהאַלטן אַ קאָרעספּאָנדענץ מיט חיים נחמן ביאַליקן, וועלכער האָט הויך געשעצט דעם טאַלאַנט פונעם יונגן דיכטער און געפּרוּווט העלפן אים פאַרלאָזן דעם ראַטנפאַרבאַנד און עולה זײַן.
אין 1934 איז חיים לענסקי אַרעסטירט געוואָרן און פאַרמשפּט אויף 5 יאָר פון לאַגערן "פאַר קאָנטררעוואָלוציִאָנערער טעטיקייט" (פאַר דעם, וואָס ער האָט פאַרפאַסט לידער אויף העברעיִש און איבערשיקט זיי אין אויסלאַנד). האַרבסטצײַט 1939 איז דער דיכטער באַפרײַט געוואָרן. מע האָט אים ניט דערלויבט וווינען אין לענינגראַד און ער האָט זיך באַזעצט אין מאַלאַיאַ ווישעראַ, 150 קילאָמעטער פון לענינגראַד. אין 1941 האָט מען אים ווידער אַרעסטירט און געשיקט אין לאַגער. ידיעות וועגן אים רײַסן זיך איבער אַרום 1943. ס'איז דאָ פאַרשיידענע סברות וועגן זײַן אומקום.
חיים לענסקיס לידער, בתוכם אָנגעשריבענע אין לאַגערן, האָט מען איבערגעפירט קיין ישראל אין 1958 און אַרויסגעגעבן. דאָס איז אַן אוניקאַלער ליטעראַרישער דענקמאָל, וועלכער דערציילט אויף העברעיִש וועגן סטאַליניסטישע לאַגערן.
זײַנע ביכער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ילקוט שירים, הוצאת יחדיו, 1973.
- מעבר נהר הלתי, שירים, תל אביב תש"כ.
- הענף הגדוע, חיים לנסקי: שירים, מכתבים, ורשימות, עם אלישע רודין, ערך אברהם קריב, ירושלים: מוסד ביאליק.
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- חיים לענסקיס ליד "המחול האחרון" ("דער לעצטער טאַנץ")
- א. קריב, חזיונות ודיוקנאות: שירי חיים לנסקי: "מכנף הארץ זמירות שמענני" דבר, 8טן דעצעמבער 1939 (אויף העברעיִש)