חיים זעליג סלאנימסקי

פֿון װיקיפּעדיע
חיים זעליג סלאנימסקי
געבורט 31 מערץ 1810
ביאליסטאק, גראדנער גובערניע, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 15 מאי 1904 (אלט 94)
ווארשע, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה קאנגרעס פוילן, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט יידישער בית עולם אין ווארשע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך מאטעמאטיקער, זשורנאליסט, אסטראנאם, רב, שרייבער, ערפינדער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

חיים זעליג סלאָנימסקי; ראשי תיבותחז"ס או רחז"סכ"ה אדר ב' ה׳תק״עביאליסטאק, גראדנער גובערניע, רוסלענדישע אימפעריע – , א' סיון ה'תרס"דווארשעקאנגרעס פוילן) איז געווען א יידישער פארעפנטלעכער, אסטראנאם, ערפינדער, און דער גרינדער און ערשטער רעדאקטאר פון דער צייטונג "הצפירה".

חיים זעליג סלאנימסקי

זיין לעבנס געשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער קבר פון חיים זעליג סלאנימסקי אין דעם אידישן בית-עולם אין ווארשע

סלאנימסקי האט געלערנט אין תלמוד תורה און ישיבה, און איז באצייכנט געווארן דורך נחום סאקאלאוו אין זיין ביאגראפיע אלס "דער עילוי" און "חריף". פּאַראַלעל צו זייַן פאָרשונג אין דער גמרא האט ער עוסק געווען אין פיזיק און מאַטעמאַטיק. אויך האט ער געלערנט דייַטש, פויליש, רוסיש און פראנצויזיש.


אין 1838 איז ארויס זייַן בוך "תולדות השמים" וואס איז א פארשונג אויף דעם חשבון פון דעם אידישן לוח. דאס בוך איז ארויסגעקומען איבערגעדרוקט מיט דרייַסיג יאר שפּעטער גערופן "יסודי העיבור".

אין פעברואר 1862 האט ער געגרינדעט אין ווארשע, די צייַטונג "הצפירה". די צייַטונג האט געלאזט ברייט פלאץ אין די ערשטע יאָרן פאר באריכטן נייַעס אויף וויסנשאַפֿט און טעכנאָלאָגיע. סלאמניסקי האט געשריבן דערין אין זיין נאָמען און מיט א פסעוודאנים, אויך האט ער פארעפנטלעכט ארטיקלען אין ״המליץ״, ״הכרמל״ און ״האסיף״. די צייטונג איז געווארן פארמאכט נאָך זעקס חדשים און איז געווארן באנייט אין 1874.

ער איז געשטארבן אין 1904 אין זיין היים פון א גריפע, אין טיפן עלטער. איז געווארן באערדיגט מיט אַ מאַסן לויה.

סלאנימסקי האט געהאלטן א איִדיש לעבן, אָבער, זיינע צוויי זין האבן ליידער געטויפט צו קריסטנטום.‏[1] זיינע אייניקלעך זענען קלעזמער ניקאלאַס סלאנימסקי, דער שרייַבער מיכאַיל סלאנימסקי און דער דיכטער אַנטאָני סלאנימסקי.

פאר מער אינפארמאציע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • אלכסנדר גוטרמן, "על משפחה אחת (על משפחת סלונימסקי שאחד מבניה היה מדען ומן העורכים הראשונים של העתונות העברית ואילו הבנים המירו דתם)", עת-מול, י"ב, 2 (1986), 19–21.
  • אברהם אריה עקביא, "חז"ס [חיים זליג סלונימסקי], חיים יחיאל בורנשטיין, פסח שפירא", ארשת: ספר שנה לחקר הספר העברי ה', ירושלים: מוסד הרב קוק, תשל"ב, 387–411.
  • יעקב שביט ויהודה ריינהרץ, "האל המדעי": מדע פופולרי בעברית במזרח אירופה במחצית השנייה של המאה ה-19, הוצאת הקיבוץ המאוחד, 2011, עמ' 10–12, 113–122.
  • ניקאלאס סלונימסקי, "My grandfather invented the telegraph", קומנטרי, ינואר 1977

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זיינע ווערק

זייטיגע הערות [רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. אלינה צאלה, תנועת ההתבוללות בפולין" בתוך: ישראל ברטל וישראל גוטמן (עורכים), קיום ושבר: יהודי פולין לדורותיהם, כרך א', 1997, עמ' 344–345.