חיים אדלער
געבורט |
6 אקטאבער 1939 (אלט 84) תל אביב-יפו, בריטישער מאנדאט |
---|---|
מדינה | ישראל |
פאך | חזנות |
חיים אדלער (געב' כ"ג תשרי ה'ת"ש) איז דער הויפט חזן פון דער גרויסער שול אין ירושלים.
לעבנסגעשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אדלער איז געבוירן אין תל אביב צו זיין פאטער צבי אדלער, א מתפלל אין דער גרויסער שול אין תל אביב. אלס יינגל פלעג ער זינגען אין דעם כאר (קאפעלע) פון שלמה ראוויץ. ער האט זיך אויסגעלערנט חזנות ביים חזן לייב גלאנץ. אדלער האט געלערנט אין דער חברונער ישיבה. ער האט חתונה געהאט מיט שושנה העלפגאט (די מומע פונעם חזן יצחק מאיר העלפגאט). ער איז א גערער חסיד.
ער איז געווען חזן אין דער איחוד שיבת ציון שול אין תל אביב, אין דער יונגער ישראל שול אין פארעסט הילס אין ניו יארק סיטי, און הויפט חזן אין דער גרויסער שול אין תל אביב. אין תשס"ט איז ער באשטימט געווארן הויפט חזן אין דער גרויסער שול אין ירושלים, נאך דעם וואס נפתלי הערשטיק האט פארלאזט דעם אמט.
אדלער ווערט גערעכנט פון די בעסטע לעבעדיגע חזנים. ער האט ארויסגעגעבן עטלעכע אלבאמען פון זיינע געזאנגען.
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- חיים אדלער זינגט "הנשמה לך" (סליחות) (ארכיווירט 20.09.2015 ביי דער Wayback Machine)