לדלג לתוכן

חד גדיא

פֿון װיקיפּעדיע
חד גדיא
חד גדיא, א ציג עסנדיג אומקרויט

חד גדיא איז א ליד וואס רוב אשכנזישע יידן האבן א מנהג צו זינגען ביים סוף פונעם סדר פסח ביינאכט.

אין דעם ספר מעשה ניסים, פונ'ם הייליגען "חוות דעת, שטייט א פירוש אויף דעם שיר פון "חד גדיא" אז דאס גייט ארויף אויף די צייטען פונ'ם חורבן בית המקדש ביז ווען משיח וועט קומען.

דאס ציגעלע איז א רמז אויפ'ן בית המקדש וואס ווערט אנגערופן "גדי" אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "בכרמי עין גדי", "אבא" מיינט מען דוד המלך, וואס ער הייסט דער פאטער פון חסידים, (חסיד-לפנים משורת הדין) :

ווען דוד המלך האט געקויפט דעם ארט אויף צו בויען דעם בית המקדש, האט ער איינגעמאנט פון יעדען א האלבען שקל וואס דאס איז ווערט צוויי זוזים.

דאס מיינט דער בעל הגדה, "חד גדיא" דער בית המקדש "דזבין אבא" וואס דוד המלך האט געקויפט "בתרי זוזי" מיט צוויי זוזים, וואס יעדער האט געגעבן.

"שונרא" מיינט מען נבוכדנצר דער קעניג פון בבל, וואס ער האט חרוב געמאכט דער ערשטען בית המקדש, ער ווערט אנגערופן "שונרא" ווייל ער איז געווען א "שונא רע" פאר די יודען:

"כלבא" מיינט מען, כורש דער קעניג פון פרס, דער טעם פארוואס ער ווערט אנגערופן "כלבא" איז ווייל ווען ער איז געווען א קינד, האט ער געטרונקען מילך פון א הונט, און א הונט הייסט א "כלב".

"כלבא נשך לשונרא" כורש איז געווען דער וואס האט געהארגעט בַּלשַאצַר, דער זון (אדער אייניקעל לויט טייל מפרשים) פון נבוכדנצר, און אזוי האט כורש איבערגענומען דעם קעניגרייך פון בלשאצר. (דריוש און כורש זענען געווען די צוויי טויער וועכטערס פון בלשאצר, און נאך די מעשה מיט די האנט וואס האט געשריבען אויפ'ן וואנט, האט כורש און דריוש געהארגעט בלשאצר, און קודם איז דריוש פון מדי געווארן קעניג, און נאכדעם האט כורש פון פרס איבערגענומען די מלוכה)

"חוטרא" מיינט דאס קעניגרייך פון "יון". דער טעם פארוואס די יוונים הייסן "חוטרא" איז ווייל זיי פלעגן שלאגן די יידן מיט שטעקנס.

"חוטרא הכה לכלבא" דאס קעניגרייך פון יון, האט אומגעווארפן דאס קעניגרייך פון פרס, (ווייל נאכדעם וואס כורש פון מדי האט האט געקעניגט, האט דאך דריוש פון פרס איבערגענומען זיין מלוכה, און פון אים האט עס שפעטער יון צוגענומען).

"נורא" מיינט מען די חשמונאים. דער טעם פארוואס די חשמונאים הייסן "נורא" איז ווייל די כהנים ווערן אנגערופן נורא, (מדרש) און זיי זענען דאך געווען כהנים:

"נורא שרף לחוטרא" די חשמונאים האבן מלחמה געהאלטען מיט די יונים, און זיי האבן אוועק גענומען דאס קעניגרייך פון די יונים.

"מיא" מיינט מען אדום און "רוים" איז געווען פון אדום. דער טעם פארוואס די "רוימים" הייסען "מיא" איז, ווייל אזוי ווי די גרויסע וואסערן גייען פון איין עק וועלט ביז'ן צווייטן, אזוי אויך די רומיים זענען געווען אזוי שטארק, אז זייער באפעל איז געגאנגען פון איין עק וועלט ביז'ן צווייטען.

"מיא כבה לנורא" די רומים האבען אוועק גענומען די מלוכה פון די חשמונאים, און שפעטער חרוב געמאכט דעם צווייטן בית המקדש.

"תורא" מיינט מען די ישמאלים, וואס זיי ווערען אנגערופן "תור - אקס" (מדרש).

"תורא שתה למיא" די ישמאלים האבען שפעטער אוועק גענומען דער מלוכה אין ארץ ישראל פון די רומיים.

"שוחט" מיינט מען משיח בן יוסף, איידער משיח בן דוד וועט קומען, וועט קודם משיח בן יוסף קומען מלחמה האלטען מיט די ישמעאלים:

משיח בן יוסף וועט אבער געהארגעט ווערען אין דער גרויסער מלחמה דורך דעם מלאך המות, און נאכדעם וועט משיח בן דוד אונז קומען אויסלייזן. דאס מיינט "ואתא מלאך המות ושחט לשוחט" די גמרא זאגט אז ווען משיח וועט קומען וועט דער אויבערשטער שחט'ן דעם יצר הרע, (מלאך המות) און נאכדעם וועט דער מלאך המות מער נישט קענען הארגענען:


אין דער הגדה של פסח פון מהר"ט באנדי ז"ל פון פראנקפורט, ווערט געברענגט א פירוש אויף דעם שיר פון "חד גדיא". אז דאס גייט ארויף אויף א וויכוח (שאלות און תשובות) וואס א איד האט געהאט מיט א מצרי.

דער איד שפעט אפ פון דער עבודה זרה פון די מצריים "די ציגן", און לאכט אפ ווי נאריש זיי זענען אז זיי בוקען זיך צו א פשוטע ציג.

די הגדה הייבט אהן: "חד גדיא חד גדיא דזבין אבא בתרי זוזי". דער טאטע האט געקויפט א ציג (די עבודה זרה פון די מצריים) פאר זייער א ביליגער פרייז, 2 גילדן. און צו אזא ביליגע און פראסטע זאך בוקן זיך די מצריים.

רופט זיך אהן דער איד מיט געלעכטער: "פארוואס דינט איר דעם "ציג" וואס קאסט אזוי ווייניג געלט, דינט בעסער די "קאץ" וואס איז שטערקער און קען אויפעסן די ציג". ענטפערט דער מצרי: "גוט, מיר וועלן דינען די קאץ וואס איז שטארקער"!

זאגט דער איד: "אויב אזוי, דינט בעסער דעם "הינט", וואס ער איז שטערקער פון די "קאץ" און ער קען איר צורייסן אויף שטיקער און מאכן א ענדע פון אייער עבודה זרה"! ענטפערט דער מצרי: "גוט, מיר הייבן אן צו דינען דעם שטארקן הונט"!

זאגט ווייטער דער איד: "אויב אזוי, איז שוין בעסער אז איר דינט דעם "שטעקן" וואס קען שלאגן און הרג'נען דעם הונט"... ענטפערט דער מצרי: "טאקע גוט, מיר וועלן דינען פאר דעם "שטעקן" וואס האט אין זיך א שטארקן כח, און מיר וועלן זאגן אז דער שטעקן איז אונזער גאט"!

זאגט צוריק דער איד שמייכעלדיג: "אויב אזוי, איז דען נישט שענער אויב איר דינט דעם "פייער" וואס פארברענט דעם שטעקן און מאכט פון אים אין איין רגע אַש"! זאגט דער מצרי: "נו גוט, מיר וועלן דינען דעם "פייער" וואס פארברענט דעם שטעקן".

שפעט פון אים דער איד: "וואס פאר א גאט איז "פייער", וואס "וואסער" קען אים פארלעשן? - "וואסער" איז דאך פוהל שטארקער פון פייער". ענטפערט צוריק דער מצרי: "זייער פיין, מיר הייבען אהן צו דינען די וואסער".

פרעגט אים דער איד: "אויב דאס וואסער וועט זיין אייער גאט - קען דאך קומען דער "אקס" און אים אויסטרינקען. איז דאך שוין בעסער אז איר דינט דעם אקס". זאגט אים דער מצרי: "גוט, מיר דינען דעם אקס".

לאכט דער איד אויף אים: "וואס פאר א כח האט דער "אקס", עס קומט דער "שוחט" און נעמט זיין מעסער אין האנט און שֶׁחְט אים אפ"... טראכט דער מצרי: "שוין, מיר הייבען אהן צו דינען דעם שטארקן "שוחט" וואס קען שחט'ן דעם אקס".

פרעגט אים ווייטער דער איד: "אויב דער "שוחט" איז אייער גאט ווייל ער קען שחט'ן דעם אקס, - אבער דער שוחט ליגט דאך אין די הענט פון דעם "מלאך המות". ווען דער "מלאך המות" וויל, הרג'ט ער דעם שוחט. איז דאך שוין בעסער צו דינען דעם "מלאך המות"! זאגט צוריק דער מצרי: "זייער גוט, פון היינט אהן וועלן מיר דינען דעם שטארקן "מלאך המות" און אים מאכן פאר אונזער גאט. ווייל ער איז דער שטערקסטער און קען יעדעם איינעם הרג'נען! מיר וועלן קיינעם נישט דינען נאר אים"!!

רופט זיך אהן דער איד מיט געלעכטער: "דו טיפש און נאַר וואס דו ביזט"!! - די אלע שטארקע כוחות און קרעפטיגע זאכן וואס געפונען זיך אויף דער וועלט, איז דאך גארנישט קעגען די שטארקע כח און געוואלדיגען קראפט פון דעם איין איינציגען באשעפער וואס האט באשאפן די הימל און ערד"!! - ער מאכט דאך אלע לעבן און העלפט יעדעם איינעם - עס איז נישט דא קיין אנדערע גאט אויסער אים".

צום סוף ווען משיח וועט קומען, וועלן אלע פעלקער אפלאזן זייערע עבודה זרה'ס, און איינזען אז עס איז טאקע נישט דא נאך א באשעפער אויף דער וועלט אויסער דער אייבערשטער, און זיי וועלן אנהייבן צו פארכטן פון אים, און אים דינען מיט'ן גאנצן הארץ, במהרה בימנו אמן!