לדלג לתוכן

חסידישע מוזיק

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון חאסידישע מוזיק)

חסידישע מוזיק איז אזעלכע מוזיק וואס ווערט געזונגען אין רבישע הויפן און אין אלגעמיין ביי די פרומע קרײַזן, וואס בדרך כלל ווערן זיי געזונגען מיט הייליגע ווערטער פון הייליגע ספרים, ווי תנ"ך, גמרא, מדרשים א.א.וו.

די הויפט קינסטלער פון חסידישע מוזיק היינט זענען חיים באנעט, יוסף משה כהנא, ירמיה דאמען און בן-ציון שענקער.


אפילו מען רופט דעם זשאנער חסידישע מוזיק, מוז עס נישט זײַן געזונגען נאר ביי די חסידישע קרײַזן. נאָר הײַנט איז אײַנגעפירט רופן אלערליי מאָדערנע פרומע מוזיק - "חסידישע מוזיק". ווארשיינליך אַלס די פּאָפּאָלאַרישע מוזיק וואס ווערן געזונגען דורך יעקב שוועקי, אברהם פריעד און מרדכי בן דוד.

די עכטע חסידישע מוזיק הייסן חסידישע ניגונים, דאָס זײַנען די לידער וואס ווערן געזונגען בײַ די אדמור"ים אין זייערע חצרות קודש.



אויך חזנות מיט כלעזמער ווערט גערעכנט אלץ חסידישע מוזיק, (זעהט מער אין זייערע לינקען).