זכרון שלום

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

זכרון שלום איז א מוסד וואס געט זיך אפ מיט פארשפרייטן ספרים און אנדערע אויסגאבעס, צ.ב.ש. מחזורים, זמירות און אנדערע, וואס איז בעיקר געשטעלט צו פארשפרייטן די מנהגים און הלכות און אזוי אויך פריוואטע שמועס'ן א.ד.ג. פון בעל ויואל משה זצ"ל, אבד"ק סאטמאר, און מיסד פון די סאטמארער חסידישער הויף נאכן צווייטע וועלט מלחמה

עס ווערט אנגעפירט דורך הרב יחזקאל לויפער וואס ער איז דער עלטסטער זון פון ר' שלום ז"ל, פון די קינדער וואס ער האט געהאט נאך די מלחמה.

ביז מיט אייניגע יארן צוריק האט ער געארבעט בשותפות מיט הרב אברהם דוד גליק אונטערן נאמען דפוס מזל אבער אין די לעצטערע יארן איז א שווארצע קאץ אריבער געלאפן צווישן זיי, און זיי האבן זיך צעטיילט, און זינט דאן ארבעט אברהם דוד גליק ווייטער אונטער דעם נאמען דפוס מזל, און יחזקאל לויפער האט אגיטירט א נייעם מכון אונטער נאמען זכרון שלום, און אנדענק פון זיין פאטער.