דפוס מזל

פֿון װיקיפּעדיע

דפוס מזל איז א דרוקעריי אין טיילווייז/געוועזן לאקירט אין ניו יארק סיטי און דערנאך זיך אריבערגעפירט רוב פון אירע פונקציעס אין קרית יואל מאנרא אין אראנדזש קאונטי אפסטעיט ניו יארק וועלכע ווערט אנגעפירט מיט גרויס געניטשאפט דורכן מו"ל פון מערערע ספרים, ובפרט פון ספרי רבינו בעל ויואל משה זצוק"ל, הר"ר אברהם דוד גליק וועלכער איז אין די ערשטע יארן געווען א שותף מיט הר"ר יחזקאל לויפער אין דעם מפעל פון הוצאת המנהגי קודש, און שפעטער האבן זיי זיך פונאנדער געטיילט און יעדער געט זיך ארויס זיין ווערק באזונדער

ר' אברהם דוד איז א זון פון ר' לייבעלע גליק פון די לעצט פארבליבענע תלמידים פונעם סאטמארער רב, און פיאניר פון די פירמע נר של שעוה קא. (היינט אנגעפירט דורך זיין זון ר' זלמן), וואס איז געווען די ערשטע וואקסענע ליכט פירמע אין דעם אמעריקאנער קאנטינענט.

ר' אברהם דוד איז נפטר געווארן ז"ך שבט תשע"ב און היינט גייט דפוס מזל אן דורך זיין זון נתן נטע משה גליק פון מאנסי נ.י.