רעדן:זכרון שלום
מראה
ער איז איינע פון די גרויסע מוציאי ספרים, וואס שטעלט אין אין די קאטעגאריע פון א פירמע, א שטייגער ווי "עטרת" א.ד.ג., עס איז נישט בעיקר איבער זיין 'פערזענליכקייט' נאר ענדערש איבער זיינע 'לייסטונגען' פארן ציבור מיטן צושטעלן פאסיגע און אממערסטנס פאשפרייטע כתבי קודש, וואס ווי באקאנט גייען זיינע מחזורים און אנדערע ספרים אין די גרעסטע מאסן, צוליב דעם פלייץ פון סאטמאר חסידים איבער דעם ספרים מארקעט, אזוי אויך פון סתם מענטשן זייענדיג דער ערפינדער פון אונטערלייגן די הלכות אזוי אז מען זאל דאס קענען גרינג טרעפן -- די באמערקונג איז געשריבן פון באניצער Wwii study וואס האט פארגעסן אונטערשרייבן.
- וואו דארף ער זיין באוואוסט? אין כינע? אין אינדיע? אין סאטמאר איז ער באוואוסט, און דאס איז גענוג!
- בכלל דאס שטעלן ארטיקלען צום מעקן איז זייער נישט קיין גוטע זאך צום אויפבוי פונעם אידישן וויקי. -- די באמערקונג איז געשריבן פון באניצער 24.46.129.57 וואס האט פארגעסן אונטערשרייבן.
- דער ארטיקל דארף ברענגען עפעס א מקור צו ווייזן אז ער איז באוואוסט. ווי אויך דארף מען שרייבן אויף אים מער ווי צוויי שורות. מען קען נישט אויפבויען א וויקיפעדיע פון אזעלכע פיצעלע ארטיקלען. --פוילישער 10:17, 2 מערץ 2011 (UTC)
- און אז מען וועט מעקן רעכטס און לינקס וועט עס דען ווערן אויפגעבויעט?
- איך בין מסכים אז עס דארף זיין גרעסערע ארטיקלען מיט מער אינפארמאציע, אבער אז מען מעקט שרייבט דאך קיינער נישט צו. -- די באמערקונג איז געשריבן פון באניצער 24.46.129.57 וואס האט פארגעסן אונטערשרייבן.
- מען ווארט שוין 10 חדשים עמיצער זאל צושרייבן עפעס. אז איר האט וואס צו שרייבן, אדרבה, שרייבט. --פוילישער 18:14, 2 מערץ 2011 (UTC)
- אז מען וועט עס אויסמעקן וועט מען זיכער נישט צושרייבן, די עצה איז עס צו שטעלן ביי ארטיקלען וואס מען דארף בעארבעטן. 24.46.129.57 18:59, 2 מערץ 2011 (UTC)
- קיינער שטערט אייך נישט. --פוילישער 23:03, 2 מערץ 2011 (UTC)
אבער אז איר מעקט עס אויס שטערט איר יא! (אין קורצן: הערט אויף מעקן א זאך וואס איז אמת, נאר נישט גענוג בעארבעט. פינטל. 24.46.129.57 01:33, 3 מערץ 2011 (UTC)
- איך וואלט אויך געזאגט אז ענדערש בארבעטן ווי מעקן, ווי אויך קענט איר זעהן אז איך האב געטון למעשה אויך, יישר כח. Wwii study 19:08, 3 מערץ 2011 (UTC)