ווערטערבוך פאר שול און היים

פֿון װיקיפּעדיע

ווערטערבוך פאר שול און היים איז א ווערטערבוך פון אהרן בערגמאן און רעדאקטירט דורך איטשע גאלדבערג. עס איז ערשינען אין יאהר ה'תשכ"ח דורך פארלאג קינדערבוך און געדרוקט אין ניו יארק.

דער בוך באשטייט פון צוויי טיילן, די עהרשטע טייל זעצט איבער ווערטער פון יודיש אויף ענגליש און די צווייטע העלפט פון ענגליש אויף יודיש.

ביים ענגלישען אנהייב שרייבט איטשע אן אריינפיהר אין פינעף זייטן איבער די היסטאריע פון יודיש און זיין גראמאטיק און ביים יודישן אנהייב איז פארהאן עטלעכע קורצע כללים אויף די יודישע שפראך.

דער יודישער טייל באשטייט פון 130 זייטן און דער ענגלישער 132. אינדערצווישן איז פארהאן עטלעכע בלעטער מיט כללים אין די דזשענדער און לשון יחיד און רבים אין יודיש.

וועב לינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]