וויקטאריע וואסערפאלן

פֿון װיקיפּעדיע

וויקטאריע וואַסערפֿאַלן וואס געפינען זיך ביי די גרעניצן פון זאמביע און זימבאבווע איז איינס פון די זיבן נאטורליכע וועלט'ס וואונדער.

עס איז נישט דער העכסטער וואסערפאל, אויך נישט דער ברייטסטער, אבער דאך ווערט דער וויקטאריע וואסערפאל גערופן דער גרעסטער וואסערפאל אין דער וועלט; דאס איז צוליב די אומגעהויערע מאס וואסער וואס פאלט אויף איינמאל. ס'פאלט פינף הונדערט מיליאן ליטער וואסער יעדן מינוט.

די וואסערפאלן זענען צוזאמגעשטעלט פון פינף עקסטערע וואסערפאלן, וואס איז אויסגעשפרייט אויף 5,604 פיס און הויך 355 פיס, פארמירנדיג א הערליכע מאיאסטעטיש בילד ווי א מאסיווע פארהאנג פון וואסער.

די פלייץ פון שנעל פאלענדע וואסער פאלט מיט אזא קראפט אז עס שפריצט ארויף וואסער איבער הונדערט פיס העכער דעם וואסערפאל, וואס מאכט עס אויסקוקן ווי רויעך שפראצט ארויס פון די טיפענישן פון דער ערד. ס'קען געזען ווערן ביז פופציג קילאמעטער אוועק.

ס'הערט זיך מאדנע, אבער טראץ די שטארקע וואסער פלייץ איז עס מעגליך צו שווימען ממש ביז צום עק פון דעם וואסערפאל, צוליב א שטיין וועלכע איז געבויגן אויף ארויף וואס האלט אפ די מענטשן פון פאלן, און צענדליגער אוואנטוריסטן פון ארום דער וועלט קומען אהין שווימען.

בערך א מיליאן מענטשן קומען אהין יערליך עס באזוכן.