וויעטנאם קריג

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

דער וויעטנאם קריג (אויך באוואוסט ווי די צווייטע אינדאכינע־מלחמה) איז געווען א קריג וואס האט געדויערט פון 1טן נאוועמבער 1955 ביז 30סטן אפריל 1975, א תקופה פון מער ווי ניינצן יאר) צווישן צפון וויעטנאם און דרום וויעטנאם. צפון וויעטנאם איז געווען געשטיצט דורכן סאוועטן פארבאנד,כינע און צפון קארעע, און דרום וויעטנאם איז געווען געשטיצט דורך די פאראייניגטע שטאטן מיט זייערע אליאירטע לענדער, דרום קארעע, טיילאנד, אויסטראליע, ניי זילאנד און די פיליפינען. דער קריג איז געווען א קאמף צווישן קאמוניסטישע און נישט־קאמוניסטישע לענדער בשעת דעם קאלטן קריג.