דרום וויעטנאם

פֿון װיקיפּעדיע
מאפע פון דרום וויעטנאם


דרום וויעטנאַם, אפיציעל די רעפובליק פון וויעטנאַם (וויעטנאמעזיש: Việt Nam Cộng Hòa, וויעטנאַם רעפובליקאנער) איז געווען א מדינה וואס האט געהערשט דרום וויעטנאם ביז 1975.

אין 1949 איז די מדינה געווארן אנערקענט אינטערנאציאנאל מיטן נאמען "שטאַט פון וויעטנאם" (1949-55), און שפעטער ווי די "רעפובליק פון וויעטנאם" (1955-75). די הויפּטשטאָט פון דרום וויעטנאַם איז געווען סייגאן.

אין 1954 האט די גענף קאנפערענץ צעטיילט וויעטנאם אויף קאמוניסטישע און נישט־קאמוניסטישע טיילן; פון דעמאלסט אן פלעג מען רופן דאס לאנד "דרום וויעטנאם".