וויעטנאמעזיש
וויעטנאַמעזיש (tiếng Việt) איז די אפיציעלע שפראך פון וויעטנאם. זי איז די מוטער שפראך פון די וויעטנאמעזער, וואָס זענען 87% פון דער גאַנצער באַפעלקערונג פון וויעטנאם.
וויעטנאמעזיש געהערט צו דער אויסטרא־אזיאטישע גרופע פון שפראכן.
אוצר מילים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ווי אין אנדערע אזיע מדינות, וויבאלד אז כינעזיש איז גענוצט געווען פאר אפיציעלע ענינים פאר טויזנטן יארן, פול ווערטער פונעם וויעטנאמעזישער אוצר מילים, סיי וועגן פאליטיק און וויסנשאפט סיי וועגן טעגטעגליכע זאכן, באשטימט פון כינעזיש. בערך צווישן 30% און 60% פון די וויעטנאמעזישע ווערטער קומען פון כינע.
אין דער צייט פון פראנקרייכע אקופאציע, וויעטנאמעזיש האט געבארגן א סאך ווערטער פון פראנצויזיש, צום ביישפיל דעם ווארט cà phê (פון פראנצעזיש "café" קאפע). היינט, א סאך נייע ווערטער זענען געבארגן פון ענגליש, ווי דעם ווארט tivi (פון ענגליש "TV" טעלעוויזיע).
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וויקיפּעדיע אויף וויעטנאמעזיש |
אינדאנעזיש • בורמעזיש • וויעטנאמעזיש • טאגאלאג • טאמיל • טיילאנדיש • כינעזיש • לאאטיש • מאלייאיש |